אין די יעצטיגע טעג האט מען איבערגעדרוקט פון פריש דעם הייליגן ספר "אוצר שלום בית", וואס איז איינע פון די פאפולערסטע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע. דער ספר איז שוין איבערגעדרוקט געווארן הונדערטער מאל במשך די יארן, און איז שוין פארשפרייט געווארן אין די הונדערטער טויזנטער איבער די גאנצע וועלט, און האט שוין מחזק געווען פילע טויזענטער אידישע קינדער מיט עצות און חיזוק צו טרעפן די גליק ביי זיך אינדערהיים, און צו וויסן וויאזוי מען קען איבערדרייען די שווערסטע מצב אין שטוב צו ממש א גן עדן אויף דער וועלט.
 
דער ספר איז א ליקוט פון פופצן הערליכע קונטרסים: ▪️ כבוד הבעל, ▪️ כבוד האשה, ▪️ שלום בביתך, ▪️ שלום באהלך, ▪️ שלום בבית, ▪️ שלימות הבית, ▪️ טוב בבית, ▪️ חיזוק הבית, ▪️ נישואין מוצלחים, ▪️ זוג מאושר, ▪️ זוג מוצלח, ▪️ תפסיקו לריב, ▪️ חיים משותפים, ▪️ למה להתגרש?!, ▪️ שלום במשפחה.
 
ווי באקאנט איז ביים הייליגן רבין געווען "שלום בית" גאר א וויכטיגע יסוד, דער רבי האט געזאגט אז דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך זייער אויף פארפעלקער און אינגעלייט צו צוברעכן די ליבשאפט, און אזוי ארום זיי פארכאפן אין זייער נעץ. די זעלבע איז פארקערט, ווען עס איז דא ליבשאפט צווישן די פאר פאלק, אזוי קען מען זיין אן אמתער ערליכע איד, און אזוי אויך וואקסן די קינדער אויף געזונט און ערליך.
 
דער ספר וועט בעזר השם געבן די ריכטיגע הדרכה און עצות וויאזוי צו עררייכן שלום אין שטוב, און וועט ערלקערן פארוואס זיך גט'ן ח"ו איז נישט די עצה, און די ריכטיגע עצות וואס צו טון וויאזוי צוריק צו ברענגען די ריכטיגע אהבה אחוה שלום ורעות צווישן די פארפאלק.
 
דער ספר און נאך פילע ספרים און קונטרסים איז דא צו באקומען ביים קרן הדפסה היכל הקודש, אזוי אויך קען מען עס קויפן פיר און צוואנציג שעה אויפן ברסלב סענטער געשעפט וועבסייט, וואס וועט עס אייך שיקן אין שטוב, איבעראל אין די גאנצע וועלט.
 
לא מצא הקדוש ברוך הוא כלי מחזיק ברכה אלא השלום
 
📖 אוצר שלום בית פאר בלויז $2.99
🛒 ספרים, קונטרסים, קארטלעך, אין אידיש, ענגליש איבער "שלום בית"
🎦 הערליכע שיעור פון ראש ישיבה איבער שלום בית - תולדות תשפ"ב
📚 נייע ספרים לעצטענס געדרוקט אין קרן הדפסה