ספר איש אמונות חלק א' שוין אט גרייט צום דרוק
יא תמוז תשפ"ד 📝
מיט גרויס פרייד און התרגשות, טוט מכון עצתו אמונה מעלדן די גוטע בשורה פאר אלע אנשי שלומינו בכלל און בפרט פאר די אלע וואס האבן געהאט די זכי' און האבן זיך שוין איינגעהאנדעלט א זכות אינעם ספר, אז נאכן ארבעטן א לאנגע צייט וואס מען ארבעט אז די הערליכע בריוו געשריבן מיט מסירות נפש און פלייס דורך דעם ראש ישיבה שליט''א זאל ווערן גרייט צום דרוק, אז דער אז דער ערשטער באנד אינעם ספר איש אמונות (חלק א' - שנת תש"פ), גייט שוין אט אט אריין צום דרוק.
עס איז גענצליך איבעריג צו ערקלערן וואס די בריוו האבן שוין אויפגעטון ביז יעצט ווען זיי זענען נאר ארויסגעקומען אויף א פראוויזארישע וועג, ווייל עס איז גאר שטארק באוואוסט פאר יעדעם וואס האט עס נאר גענומען אין די האנט ווי די הייליגע בריוו האבן שוין באלויכטן אן א צאל אידישע קינדער, און געראטעוועט פילע אידישע שטובער פון אונטערגאנג ברוחניות ובגשמיות. עס האט שוין אויפגעהויבן פילע ערליכע אידן מיט עצות און הדרכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, דורך גיין אויף א שפאציר און זיך אויסשמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, און צוגעבינדן טויזנטער אידישע נשמות צום אייבערשטן און זיין הייליגע תורה, מיט די זיסע עצה פון סדר דרך הלימוד און זאגן גמרא און משניות טאג טעגליך. עס ראטעוועט טאג טעגליך אידישע שטובער דעם שלום בית, ווען אידן נעמען א טעגליכע דאזע פון התחקות און עצות, און ווערן דערמאנט דורך די הייליגע בריוו צו האבן סבלנות, און רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, און נישט אויפגעבן.
דער אויבערשטער האט געטון א חסד חינם מיט אונזער דור, אז מיר זענען זוכה עס זאל ארויסקומען אזא הייליגע ספר, מיר בעטן אים אויף ווייטער אז מיר זאלן עס טאקע לערנען לשמור ולעשות ולקיים צו פאלגן די עצות און הדרכות פון רבינו הקדוש זי''ע, וואס דאס וועט אונז ברענגען צום אויבערשטן און דערמיט קענען איבערקומען די גרויסע נסיונות וואס מיר גייען דורך ברוחניות ובגשמיות.
אנשי שלומינו שפירן פאר א זכי' צו געבן צדקה פאר די היילגער ספרים איש אמונות, פילע האבן געקויפט גרעסערע זכותים. ווי צום ביישפיל, דער זכות מהדורה איז אפגעקויפט געווארן דורך דעם אלעמען באליבטן מו"ה יענקי פיש הי"ו, און וועט טראגן מיט שטאלץ דעם נאמען "מהדורת פיש". דערנאך זענען דא פילע זכותים פאר פילע וואכן, זכות ראש השנה איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה משה גאטליעב הי"ו, זכות יום כיפור איז אפגעקויפט געווארן דורך הרוצה בעילום שמו שליט"א, אין צוגאב וואס ער העלפט ארויס דעם מכון צו יעדע צייט, און האט אייגענטילך מגי' געווען דעם ספר. זכות יום טוב סוכות איז געקויפט געווארן דורך מו"ה אברהמי אייזנער ה"ו, וואס איז אלעמאל גרייט ווען עס קומט צו הדפסה והפצה. זכות פרשת בראשית איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה נתנאל פארקאש הי"ו. זכות פרשת נח איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה מנחם זאב שטרול הי"ו. זכות פרשת לך לך איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה משה ראזענבערג הי"ו. זכות פרשת וירא איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה שמעון ראטה הי"ו. זכות פרשת חיי שרה איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה יענקי איידליס הי"ו. זכות פרשת תולדות איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה מאטי ראזענפעלד הי"ו. זכות פרשת ויצא איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה ארי פיש הי"ו. זכות פרשת וישלח איז אפגעקויפט געווארן דורך הרב אלימלך שארף שליט"א.
פארן גיין צום דרוק קומט א מודעה פון מכון עצתו אמונה אז עס זענען נאך געבליבן א קליינע צאל פון זכותים אינעם ספר וואס מען קען נאך אריינכאפן צו קויפן. צו קויפן א זכות רופט אדער טעקסט הר"ר ישעי' איידליס הי"ו, אויף 347-831-1391. אדער קענט איר זיך פארבינדן דורך אימעיל Maebreslev@gmail.com. אזוי אויך קען מנדב זיין דרוך די "מטבע" פלאטפארמע, אקאונט 00124222790, אזוי אויך דורך די OJC פלאטפארמע, אקאונט 10505.
צדקתך צדק לעולם, ותורתך אמת