"גוטע נייעס קומט יעצט אן פון די בית הדפוס אין ארץ ישראל" שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א אין א בריוו פארגאנגענעם ערב שבת קודש, "זיי דרוקן יעצט דעם ספר 'איש אמונות' פון יאר תשפ"א; וואויל פאר די וואס נעמען א חלק אין דרוקן די ספרים וואס דערפרייען אזוי שטארק אידישע קינדער".
 
די גוטע בשורה וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן, האט אויפגעוועקט א געוואלדיגע התרגשות ביי אלע וואס האבן נאר אמאל פארזוכט פונעם זיסן טעם פון די עצות און חיזוק פון ראש ישיבה שליט"א.
 
יעצט איז א היסטארישע מאמענט, מען גרייט זיך צו דרוקן דעם ערשטן ספר פון ראש ישיבה שליט"א אויף לשון הקודש. דער ספר "איש אמונות" וואס איז שוין כמעט גרייט, וועט אנטהאלטן אלע בריוו פון יאר תשפ"א, און וועט יעצט בעז"ה געדרוקט ווערן אין הערליכע בענדער.
 
די מפיצים האבן נישט געשפארט קיין כח און מיה אנצוגרייטן דעם הערליכן ספר צום דרוק, מען האט איבערגעזעצט און איבערגעארבעט די בריוו אויף א געשמאקע גרינע שפראך. אינעם ספר זענען אריין אלע בריוו פונעם יאר, די מכתבים כלליים, די פריוואטע בריוו, און אויך די בריוו פון "עצתו אמונה" אן די שאלות (ווי מוהרא"ש געטון ווען ער האט געדרוקט די בריוו פון "שו"ת ברסלב" אין "אשר בנחל" אן די שאלות). עס דארף אנגעמערקט ווערן אז פילע פון די בריוו ווערט יעצט געדרוקט צום ערשטן מאל.
 
אין די יעצטיגע טעג ארבעט מען אויף די לעצטע דעטאלן וואס מען דארף נאך ענדיגן צו קענען אריינגעבן דעם ספר צום דרוק. טייערע אידן, זעט די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א "וואויל פאר די וואס נעמען א חלק צו דרוקן די ספרים", און ענטפערט אויפן רוף פון די טייערע מפיצים אין ארץ ישראל און רופט אייך אן מיט ווארימע נתינות און העלפט ארויסגעבן די ספרים לאור עולם, און מיט דעם וועט איר ממש אויפלעבן אידישע קינדער, און ראטעווען דורות. דער זכות וועט איך זיכער ביישטיין צו אלע גוטע ברכות.
 
זיך צו משתתף זיין ביטע רופט 054-848-0941, אדער ביים "הפצה ווינקל" אויף "נדרים פלאס".
 
וואויל פאר די וואס נעמען א חלק אין דרוקן די ספרים!