עס איז אונז א געוואלדיגע שמחה צו מעלדן אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, גייט יעצט פריש איבערגעארבעט און איבערגעדרוקט ווערן דער הייליגער ספר "ארך אפים" אויף אידיש, די ערשטע מאל וואס מען מאכט עס שיין מיט א הארטן דעקל.
 
דער הייליגער ספר האט אן אינטערעסאנטע געשיכטע אונטער זיך. מוהרא"ש האט אנגעהויבן צו שרייבן זיין ערשטן ספר "שמירת הזמן". און שרייבנדיג איין פרק נאכ'ן אנדערן, האט מוהרא"ש אנגעהויבן שרייבן א פרק אינעם ספר אויף דעם ענין פון "סבלנות". מוהרא"ש האט אנגעהויבן שרייבן דעם פרק איין נאכט, אבער דאס שרייבן האט זיך פארצויגן אויך צום קומענדיגן טאג און דערנאך צום פאלגנדן נאכט, ער האט נאר מפסיק געווען פון שרייבן בלויז צום דאווענען. ווען דער "פרק" איז פארטיג געווארן, דערציילט מוהרא"ש, האט ער געזען אז ס'איז געווארן פון דעם א גאנצער ספר, האט ער באשלאסן עס ארויסצוגעבן אלס א באזונדערער ספר וואס ער האט א נאמען געגעבן "ארך אפים".
 
איין וועג צו זען די גרויסקייט פונעם ספר קען מען זען פון דעם וואס דער ס"מ האט דעמאלטס אויפגעקאכט א גאנצע קאשע קעגן מוהרא"ש. בשעת יעדער וואס לערנט דעם ספר וועט נישט קענען פארשטיין, וואס קען זיין שלעכט מיט דעם ספר? וואס קען מען קריגן דערויף? ווער וויל נישט קיין עצה צו האבן סבלנות? ווער וויל נישט א וועג צו זיין אן ערליכער איד? אבער פון די אנדערע זייט קען מען עס יא פארשטיין, ווייל דער ספר איז ממש "ביטול הבחירה". עס איז מעורר צו תשובה, עס רעדט גראד צום נשמה פון א איד, און איז מחזק א מענטש ער זאל וויסן און געדענקען אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אויבערשטן. און דאס קען דער ס"מ נישט פארנעמען.
 
ווען דער ראש ישיבה איז מקורב געווארן, האט דער ראש ישיבה דורכגעלערנט דעם ספר. דער ראש ישיבה איז זייער נתעורר געווארן דערפון, ער האט געזען ווי דער ספר איז בכח צו טוישן א מענטש, און ער זאל קענען אנהייבן פון פריש צו ווערן אן ערליכער איד, און דערפאר איז דער ראש ישיבה דעמאלטס געגאנגען און האט איבערגעטייטשט דעם ספר אויף אידיש. מ'האט עס דאן תיכף ארויסגעגעבן אזוי אין די שנעלקייט, מיט א צייטווייליגן פאפירענעם דעקל.
 
נאכדעם וואס גאר אסאך האבן געבעטן אז מען וויל האבן דעם ספר, האט זיך די קרן הדפסה אריינגעלייגט אינעם גרויסן פראיעקט עס גענצליך איבערצומאכן פון פריש. מען ארבעט גענצליך איבער דעם ספר פריש, און מ'גייט עס ארויסגעבן יעצט שיין פראכטפול מיט א הארטע דעקל צום ערשטן מאל.
 
יעצט איז דא די זעלטענע געלעגענהייט צו קויפן זכותים אינעם ספר. דער זכות מהדורה איז שוין אויספארקויפט געווארן, און מו"ה מרדכי היימליך הי"ו האט זוכה געווען דאס אפצוקויפן, און די מהדורה וועט גערופן ווערן אויף זיין נאמען "מהדורת היימליך" וואס דער זכות וועט אים זיכער ביישטיין.
 
אבער עס זענען נאך געבליבן גרויסע זכותים אינעם ספר. מען קען קויפן א "פרק" אינעם ספר פאר'ן סכום פון $1200, און אפילו די מיעוטי יכולת וועלן נישט נעמען ווייניגער פון א "זכות בספר" פאר $500, און מיט דעם מאכן די בעסטע אינוועסטמענט מיט די געלט דורך זיך איינקויפן א זכות לעד ולנצח נצחים.
 
צו קויפן זכותים קען מען רופן דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו 347-578-4449.