גרשון קרעמער
 
מען דארף פאר קיינעם נישט פארציילן אז קול ברסלב איז דער "כל בו" פאר אן ערלעכן איד. דער טעלעפאן ליין איז אנגעפילט מלא וגדוש מיט שיעורים, דרשות און שמועסן פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף יעדן מקצוע, ענינא דיומא, התחזקות, חינוך, שלום בית, ימים טובים, מסיבות, שיעורים פאר פרויען, מעשיות פאר קינדער, שיעורים אין גמרא, משניות, בבלי, ירושלמי, תנ"ך, שלחן ערוך, רמב"ם, שיעורי הלכה, ליקוטי מוהר"ן (נומערן 1, 2 און 3 פון די מעין מעניו) און נאך.
 
אזוי אויך זענען דא גאנצע אפטיילונגען מיט געשמאקן תוכן פאר די גאנצע משפחה, ווי צום ביישפיל, אנאליזן, נייעס, אפהאנדלונגען, אינטערוויוס און אפדעיטס (נומער 4) וכו'. אויך איז גאר פאפולער דער ניגונים אפטיילונג וואו מען קען הערן פילע מוזיק אלבומס, גראמען, פלעיליסטס און נאך (6).
 
יעצט וועלן מיר זיך אפשטעלן ביי די קינדער אפטיילונג (נומער 5 פון די מעין מעניו), וואס אנטהאלט די פאלגענדע קנעפלעך:
 
1 - מעשה'לעך פאר קינדערלעך (א דראמאטישע קורצע מעשה דורכן ראש ישיבה שליט"א)
 
2 - סיפורי צדיקים (א רייע מגידים פארציילן גאר אינטערעסאנטע מעשיות פאר קינדער)
 
3 - מעשיות פון תפלה (קינדער פארציילן שיינע מעשיות וויאזוי זיי האבן געבעטן דעם אויבערשטן און געזען אפענע ישועות)
 
4 - ספר המידות (פון דעם רעדט אונזער ארטיקל)
 
5 - פרשה און ימים טובים (הערליכע מעשיות דורך מחנכים פאר קינדער אויף די פרשה און ימים טובים)
 
6 - קרית ברסלב בלעטל (פראגראמען דורכן בלעטל)
 
7 - ביי לאנטש אין חדר
 
8 - קינדער רייד (הערליכע פראגראמען פאר קינדער דורך מלמדים און מחנכים)
 
9 - הכנה לאומאן (אומאן פראגראמען)
 
ווי דערמאנט, רעדן מיר דא פון די "ספר המדות" אפטיילונג אויף "קל ברסלב" (1 - 5 - 4 פונעם מעין מעניו). דארט ווערן פארציילט דורך די חשוב'ע מלמדים הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א און הר"ר לוי יצחק ווערטהיימער שליט"א גאר דראמאטישע מעשיות פאר קינדער לויטן סדר פונעם הייליגן "ספר המדות", וואס דער רבי האט געשריבן נאך אלס קינד פאר די בר מצוה, און דער רבי האט זיך אויף דעם אויסגעדרוקט: "דער ספר האט מיר געמאכט פאר א איד".
 
די מלמדים לייגן אריין די אלע עצות און לימודים אין די קינדער דורך פארציילן דראמאטישע מעשיות באגלייט מיט סאונד עפעקטס, כדי די קינדער זאלן קענען ארייננעמען די הייליגע ווערטער טאג-טעגליך, און עס זאל זיי באגלייטן בעזרת השם יתברך אויפן גאנצן לעבן. טויזנטער קינדער רופן כסדר אריין מיטצוהאלטן דעם אפטיילונג, וואס ווערט כסדר אפדעיטעד מיט פרישע סחורה, און יעצט איז מען אנגעקומען צום סימבאלישן ציפער פון גאנצע פינף הונדערט שיעורים. ועוד ידם נטויה, עס ווערן צוגעלייגט יעדן טאג פרישע שיעורים, וויסנדיג אז דעם עיקר פאקוס דארפן מיר לייגן אויף די קינדער. אויב קינדער וואקסן אויף מיט אמונה אינעם אויבערשטן, אמונה אין א צדיק, און אמונה אין זיך אליין, וועלן זיי בעז"ה האבן א זיס און הצלחה'דיג לעבן; זיי וועלן אלעמאל געדענקען אז דער אויבערשטער פירט די וועלט, אז מען דארף האבן א צדיק אלס מורה דרך וואס זאל קענען אויסגראדן און האלטן דעם מענטש אויפן ריכטיגן וועג, און מען באקומט א זעלבסטזיכערקייט אז מען האט נישט מורא פוון יעדע שאטן.
 
ווער עס האט נאכנישט געהאט די געלעגנהייט צו געניסן פון די הערליכע שיעורים און פראגראמען פאר קינדער, ווייסט אפילו נישט וואס ער פארפעלט. פרובירט עס אויס בלויז איין מאל, און איר וועט זיכער נישט חרטה האבן.
 
חנוך לנער על פי דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנו.