הודו לה' כי טוב, אז נאך אסאך יאר זינט מוהרא"ש זי"ע האט צום ערשטן מאל געדוקט דעם הייליגן ספר "קדושת ישראל" אויפן בעסטן און שענסטן אופן וואס מען האט דעמאלטס געקענט, איז עס יעצט איבערגעדרוקט געווארן מיט די היינטיגע מעגליכקייטן גאר גאר שיין.
נאך שווערע ארבעט פון עטליכע חדשים, וואס מען האט איבערגעטייפט דעם גאנצן ספר, מען האט פריש מנקד געווען און פריש איבערגעקוקט אלע מראי מקומות און מגיה געווען פון אלע טעותים וואס האט זיך נאר געקענט מאכן, האט מען יעצט ב"ה מצליח געווען, אז עס איז ארויסגעקומען א הערליכע ספר, סיי דער דרוק, און סיי דער הערליכע דעקל וואס ציעט צום אויג.
דער ספר "קדושת ישראל" רעדט זייער שטארק איבערן ענין פון "קדושת הברית", אלע וואס האבן געלערענט דעם הייליגן ספר זענען עדות, אז דער ספר איז ממש "ביטול הבחירה". כאטש אלע ספרים פון מוהרא"ש זענען זייער שטארק, איז אבער דער ספר ממש אן אויסנאם. עס ווערט פארציילט אז מוהרא"ש האט געזאגט פאר דער וואס האט געדרוקט דעם ספר צום ערשטן מאל, "וועסט האבן דערויף גאר אסאך מניעות... ביסט גרייט דערויף?"...
דער פריש איבערגעדרוקטע ספר "קדושת ישראל" קען מען שוין קויפן אויפן וועבסייט, ווי מען קען עס באקומען דעליווערט צום טיר ביז געציילטע טעג.
אזוי אויך זענען דא פילע נייע ספרים אויפן וועבסייט צווישן אנדערע קען מען יעצט טרעפן:
📖 ספר קדושת ישראל $16.99
📖 ספר אשר בנחל אידיש חלק ו' $2.99
📖 ספר אשר בנחל אידיש חלק ה' $2.99
📖 ספר אשר בנחל אידיש חלק ד' $2.99
📖 ספר ארך אפים - אוצר הסבלנות $2.99
📚 קונטרס אן אנגעמענע לעבן $1.49
📚 קונטרס The Sky Is The Limit $1.99
📚 קונטרס קלאפ זיך נישט אראפ $1.49
📚 קונטרס עס וועט דיר נאך לעטיג ווערן $1.49
📚 קונטרס לאז נישט נאך $1.49
📚 קונטרס הכרת הטוב $1.49
📚 קונטרס דערלעבט ברך השם $1.49
📚 קונטרס דער ריכטיגער שלום $1.49
📚 קונטרס דער אוצר איז ביי דיר $1.49
📚 קונטרס הייבט אייך אידעלעך $1.49