מיט גרויס פרייד נעמען אנשי שלומינו אויף די גוטע בשורה אז דער קרן הדפסה גרייט זיך איבערצודרוקן דעם הייליגן ספר "שמירת הזמן" וואס מוהרא"ש האט געשריבן.
 
דער ספר איז א גאר וויכטיגער ספר אין היכל הקודש, ווייל ווי באקאנט איז ביי מוהרא"ש געווען גאר וויכטיג דער ענין פון היטן אויף די צייט, ווייל א מענטש וואס היט אויף זיין צייט איז גאר שטארק מצליח, סיי בגשמיות און נאך מער ברוחניות און פארקערט א מענטש וואס גייט ליידיג פאלט נעבעך אריין אין ליצנות, אין נארישקייט וואס דאס ברענגט אים נעבעך צו פאלן אין עבירות רחמנא ליצלן, דערפאר האט מוהרא"ש געשריבן דעם ספר וואס וועט אריינברענגען א זיסקייט און געשמאק פאר יעדן וואס לערנט דערין אויסצונוצן די צייט ריכטיג מיט תורה, תפלה, מצוות און מעשים טובים
 
דער ספר הייבט זיך אין מיט די תורה אין ליקוטי מוהר"ן חלק א' סימן רע"ב "היום אם בקולו תשמעו" ווי דער הייליגער רבי ברענגט ארויס, אז אויב א מענטש וויל מצליח זיין זאל ער נישט קוקן נאר אויף "היינט", ווייל דער סמ"ך מ"ם מאכט אויסקוקן זייער שווער צו זיין אן ערליכער איד, און עס פאלט ארויף אויפן מענשט אזא בארג וויאזוי קען איך איבערקומען דעם גרויסן טשאלאנדזש, דערפאר זאגט דער רבי אז "טראכט נאר פון היינט", וועט דיר זיין גרינגער, ווייל "איין טאג" קען איך זיין אן ערליכער איד.
 
דערנאך ברענגט מוהרא"ש א הערליכע תפלה פון הייליגן רבי נתן וואס איז געבויעט אויף דעם פריערדיגן תורה, ווי מען בעט זיך אויס ביים אויבערשטן אז מען זאל נישט פארברענגען די יארן מיט נארישקייט, און מען וועט זיך ח"ו דערזען א גאנץ לעבן דורך מיט שטותים און הבלים, און דערויף שרייבט מוהרא"ש דעם הייליגן ספר שמירת הזמן וואס באשטייט פון 27 פרקים פון מיט עצות און חיזוק וויאזוי מען קען היטן אויף די צייט. דערנאך ברענגט מוהרא"ש צו פארשידענע מאמרים פון חיי מוהר"ן, און ביאורים דערויף פון טשערינער רב ז"ל, אזוי אויך שטיקלעך פון הייליגן ספר "עלים לתרופה" בריוו פון הייליגן רבי נתן זי"ע. דערויף קומט צוגעלייגט דער קונטרס "שמירת הזמן" פון מוהרא"ש זי"ע פול מיט גאר שיינע שיחות, חידושים, איבער דעם ענין פון שמירת הזמן, וואס דאס אליינס באשטייט פון 175 סעיפים פול מיט הערליכע חיזוק און עצות.
 
קרן הספה גייט יעצט איבערדרוקן דעם ספר פון פריש, מיט הערליכע גרויסע אותיות, מען גייט עס גוט מגיה זיין און פריש אויסשטעלן געשמאק און שיין אזוי ווי די היינטיגע טעכניק קען, וואס וועט געבן א הרחבת הדעת ביים לערנען דעם ספר. מען האט שוין ב"ה אנגעהויבן מיט די ארבעט אויף די טעקסט, און מען האפט צו קענען צואיילן די שווערע ארבעט און עס ענדיגן במשך די קומענדיגע עטליכע זומער וואכן. דער מהדורה פונעם ספר איז געווארן אפגעקויפט דורך מו"ה דוד מעץ הי"ו, און וועט טראגן מיט שטאלץ דעם נאמען "מהדרות מעץ".
 
מען קען נאך קויפן זכותים אינעם ספר, ביטע זיך פארבינדן צום גבאי מוה"ר לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449.