אין די יעצטיגע טעג ווערט געעפנט א פרישע סערוויס, צו קענען באקומען אלע ספרי ברסלב, קונטרסים, דרשות, ניגונים, און נאך; דעליווערט צו אייער טיר, אין אלע היימישע געגנטער אין ניו יארק.
ווי שוין ברייט באקאנט, האבן די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש ז"ל, און די דרשות און ניגונים פונעם ראש ישיבה שליט"א, געמאכט גאר א גרויסע מהפיכה ביים היימישן ציבור. פילע אידן שעפן זייער חיזוק צו קענען אנגיין אין לעבן, זיך צו קענען דערהאלטן ברוחניות ובגשמיות, פון די לימודים פון הייליגן רבי'ן וואס מוהרא"ש ז"ל האט דאס אפגעשריבן און אראפגעברענגט אויף גאר א לייכטע וועג וואס יעדער איינער קען פארשטיין, און יעדער קען מקיים זיין די געוואלדיגע עצות וואס ווייזן דעם ריכטיגן וועג אין יעדן הינזיכט פון לעבן.
די געטרייע מפיצים גייען ארום אין די הייזער, אין די שולן, און ביי שמחות, און טיילן אויס די קונטרסים און ספרים, די דרשות און ניגונים, מיט וואס אידישע קינדער באלעקן זיך די פינגער, דאס בלאזט אריין אין זיי א נייער גייסט שטענדיג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, און צו וויסן ווי אזוי צו האנדלן ביי סיי וועלכע מצב וואס מאכט זיך אין לעבן.
אויך דער "גליון היכל הקודש" ווערט אויסגעטיילט יעדע וואך אין גאר אסאך שולן איבער אלע היימישע געגנטער, אז מען זאל קענען זען שיינע זאכן אויף די וואכעדיגע פרשה, און האבן וואס נאכצוזאגן ביים שבת טיש, נישט בלויז א שיינע תורה אויף די פרשה, נאר תורות וואס געבן עצות אין לעבן, און איז מחי' און מחזק.
אין די לעצטע שטיק צייט ווערט אויך געדרוקט יעדע וואך א וועכנטליכער קונטרס "עצתו אמונה", דאס איז די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן במשך די וואך פאר די פילע שאלות וואס זענען געשיקט געווארן צו אים. די בריוו זענען גאר אינטערעסאנט און ווערדפול פאר יעדן איינעם, ווייל די אלע שאלות זענען גאר שטארק אקטועל, עס איז נוגע פאר יעדן אויף זיין אייגנארטיגע וועג.
גלייכצייטיג ווערט געדרוקט יעדע וואך א קונטרס "בית נצחי", דאס איז די שיעורים פון גמרא בבלי און ירושלמי און תוספתא, לויט'ן סדר וואס מוהרא"ש ז"ל האט איינגעפירט צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא בבלי, א בלאט ירושלמי, און א פרק תוספתא; דער קונטרס איז גאר גרינג און פראקטיש מיטצונעמען יעדן טאג סיי וואו מען דארף גיין, און אזוי זוכה זיין צו לערנען יעדן טאג די דריי שיעורים, וואס די ראשי תיבות פון זיי איז בי"ת, מיט דעם וואס מען לערנט יעדן טאג די שיעורים, בויעט מען זיך אויף א "בית נצחי" אויף יענע וועלט.
אזוי ווי נישט יעדער האט די מעגליכקייט צו באקומען די אלע גוטע זאכן, די מפיצים קענען נישט אנקומען צו יעדן איינעם, און אסאך מאל זענען דא אידן וואס ווילן באקומען זאכן, אבער זיי האבן נישט קיין וועג אנצוקומען דערצו, דעריבער האט מען יעצט אנגעהויבן א נייע סערוויס צו קענען באקומען דעליווערט צו אייער טיר, אין אלע היימישע געגנטער אין ניו יארק, אלעס וואס איר דארפט האבן, ווי למשל די וועכנטליכער גליון, עצתו אמונה, בית נצחי, ברסלב'ע קונטרסים, סידי'ס פון דרשות און ניגונים, יו-עס-בי'ס מיט אלע דרשות און ניגונים, און נאך.
רופט אריין מיט אייער פארלאנג צו 347-509-4908, און מיר וועלן פרובירן בעז"ה עס צו שיקן צו אייך אהיים.