אין א צייט וואס די ווערט פון די געלט פאלט, און די פרייזן שטייגן, "אינפלאציע", איז אבער די סקול שטייערן אין ליבערטי סקול דיסיטריקט "גענידערט" געווארן מיט עטליכע פראצענט.
 
אנשי שלומינו אין שטעטל מוטשען זיך שוין עטליכע יאר מיט די הויכע סקול שטייערן וואס מען צאלט דא מער ווי געווענליך. אויפן בקשה פונעם ראש ראש ישיבה האט די הנהלה מטכס עצה געווען וואס מען קען טון אראפברענגען די שטייערן, אז אזויפיל אידיש געלט זאל נישט גיין לאיבוד.
 
די ערשטע השתדלות וואס מען האט געטון איז איז "תפילה", מען האט געבעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל אנהייבן צו רעכענען ווייניגער שטייערן אויף די הייזער, און אויך אז מען זאל האבן די ריכטיגע שפראך ביי די שטאטישע באאמטע און אז זיי זאלן פארשטיין אז דאס קען נישט אזוי ווייטער אנגיין, די שטייערן דארפן אראפקומען.
 
מיט א תפלה צום אויבערשטן איז מען אריבער צו זיי, און אפגעהאלטן עטליכע מיטינגען און ארויסגעברענגט פון אונזער קוק ווינקל וויאזוי מיר זעען עס. עס איז אריבער א שיינע שטיק צייט און מען האט גארנישט געהערט פון זיי, מען האט נישט געוויסט אויב מען האט למעשה עפעס אויפגעטון.
 
ארויסגעשטעלט האט זיך עס אז די תפילות און פעולות האבן אויפגעטון ברוך השם, און די טעקסעס זענען היפש אראפגעגאנגען, כאטש עס קען נאך זיין בעסער, אבער אנשי שלומינו דאנקען דעם אויבערשטן אויף דאס וואס מען האט שוין עררייכט.
 
די סקול טעקסעס - וואס איז די גרעסטע טעקס וואס א געווענליכע מענטש באצאל אין אמעריקע - איז גענידערט געווארן דאס יאר מיט פינף פראצענט, און יעדער לויט די ווערט פון זיין דירה וועט זיך שפארן כאטש עטליכע הונדערט דאלער.
 
דא איז טאקע דאס פלאץ צו דערמאנען אלע דירה אייגענטומער אז עס איז דא א שטאטישע פראגראם "סטאר" וואס גיבט צוריק בערך $600 פון די טעקסעס וואס מען האט געצאלט. און די הנהלה איז גרייט ארויסצוהעלפן אלע וואס ווילן וויסן מער אינפארמאציע דערוועגן.