קרן הדפסה, דער קרוין פון די קהלה ומוסדות היכל הקודש, שפארט נישט קיין כח און מיה צו ערפילן איר ציל, און מיט פיל תפלה צום אויבערשטן און סייעתא דשמיא איז עס אויסגעוואקסן א ריזיגע אימפעריע וואס דרוקט און פארשפרייט אויף פילע פארמען און פארמאטן דעם דבר ה', וואס ווערט דערנאך צושפרייט ביי כלל ישראל דורך די טייערע מפיצים, וואס ווערן אויפגענומען דורך אלע שיכטן און קרייזן מיט גרויס שמחה.
 
מען גייט כסדר דורך די אינווענטארי, און מען זעט וועלכע קונטרסים זענען שוין דא ווייניג און מען דרוקט איבער, אזוי אויך שטייט מען אויף די וואך אז דער דרוק זאל זיין ווי מען רופט עס "אפ טו דעיט", עס זאל נישט אויסזען אלט און נעבעכדיג, כדי עס זאל רעדן צום היינטיגן דור. דערפאר דארף מען כסדר אויפפרישן דעם דרוק און די דעקלעך עס זאל זיין צוגעפאסט צו די היינטיגע וועג וואס מען קען מאכן הערליכע שיינע גרעפיקס און קענען קאמפיטן מיט די אויסגאבעס וואס דער סמ"ך מ"ם פארשפרייט.
 
די וואך האט מען איבערגעדרוקט דעם באקאנטן ענגלישן קונטרס Thats Me, וואס איז געשריבן געווארן דורך הר"ר משה זאב שווארטץ ע"ה אלץ א תרגום פון מוהרא"ש'ס קונטרס אויף לשון הקודש "זה אני". ווער עס האט נאר אמאל גענומען דעם קונטרס אויף ענגליש אדער לשון הקודש אין די האנט, קען עדות זאגן דער גרויסער רושם וואס דער קונטרס האט געמאכט אויף אים, דער קונטרס געבט אריין א זעלבסט זיכערקייט אין א מענטש ער זאל וויסן זיין חשיבות, און ער איז גוט דווקא ווען ער איז זיך אליינס אזוי ווי דער אויבערשטער האט אים באשאפן, און דער גרעסטער שטער פאר די הצלחה פון א מענטש אז ער איז מקנא א צווייטן, ער קוקט אויף אים און טראכט "הלוואי קען איך זיין ווי אים".
 
אזוי אויך גייט אן די ארבעט אויף די כסדר'דיגע פרישע ספרים גליונות און קונטרסים וואס קומען ארויס יעדן טאג און יעדע וואך, צום ביישפיל דער ענגלישער קונטרס "The Lihgt Of Emunah" וואס איז מתורגם פון די קונטרסים עצתו אמונה, וואס קומט ארויס יעדע עטליכע וואך א פרישער קונטרס, איז אנגעקומען אין די טעג צום נומער 40. דאס זענען הונדערטער בריוו פון ראש ישיבה שליט"א געשריבן פאר די היינטיגע שוועריקייטן וואס מענטשן גייען דורך און טוט זיי מחזק זיין און געבט עצות וואס צדיקים האבן אונז איבערגעלאזט וויאזוי ארויסצוקריכן.
 
מען קען נעמען א חלק אין די הייליגע ארבעט דורך זיך פארבינדן מיט'ן גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו.