עווקואציעס ארויס פון ארץ ישראל אין ליכט פון מלחמה
כז תשרי תשפ"ד 📝
טויזנטער חרדישע אידן פון איבער די וועלט וועלכע האבן געוויילט אין ארץ ישראל געפונען זיך אין א שווערע סיטואציע אין די טעג בלייבענדיג שטעקן אין ארץ ישראל אינעם שווערן מלחמה צושטאנד. דער קריג וואס האט אויסגעבראכן פארגאנגענעם שמחת תורה אין וואס שווערע הונדערטער אידן זענען ליידער געשלאכטעט געווארן כצאן לטבח דורך בלוט דורשטיגע רוצחים האט נישט געקענט פאסירן אין אן ערגערע צייט פאר די צענדליגע טויזנטער חוץ לארץ'דיגע געסט וועכלע זענען געקומען קיין ארץ ישראל צו די פילע רביים אדער צו משפחה.
טראצדעם וואס אפיציעל איז דער לופט פעלד אין תל אביב פולשטעדיג אפן, האט אבער דער קריג צוגעברענגט אז רוב רובם פון די לופטלינעס אריינגערעכענט אלע גרויסע אמעריקאנער עירלייס ווי אמעריקען, יונייטעד, דעלטא האבן תיכף געקענסעלט זייערע פלייטס, מורא האבענדיג אז א מיסל אדער א ראקעט זאל נישט טרעפן זייערע פליגערס, וואס דאס האט זיך נאר מער און מער פארערגערט מיט יעדן דורכגייענדען טאג, און פילע וואס האבן ריסקעדזשולט א טיקעט פאר גאר טייערע פרייזן האבן פלוצלינג באקומען א הודעה פונעם עירליין אז אויך דער נייער פלייט איז אפגערופן.
די אלע משפחות מענער ווייבער און קינדער האבן זיך שוין געוואלט זען אינדערהיים סיי צוליב די כולל, דזשאב, ישיבה, חדר און סקול, און בפרט זוכט מען נישט צו זיין אוועק פונדערהיים אין א מלחמה צייט. אידישע קינדער האבן מתפלל געווען מען זאל קענען אנקומען איים, און צובילסעך האבן פילע לענדער אנגעהויבן צו שיקן פליגערס אהיים צו נעמען זייערע בירגער אנגעהויבן פון פוילן, בעליגע, פראנקרייך און נאכגעפאלגט מיט קאנאדע.
אבער וויבאלד רוב פון די חוץ לארצדיגע געסט קומען אבער פון אמעריקע און ענגלאנד איז דאס בכלל נישט געווען קיין ישועה, אבער נאך אסאך תפילות האט דער אויבערשטער געהאלפן אז היינט האבן סיי אמערקיע און סיי די יו.קעי. געמאלדן אז זיי גייען אויך אוועקואירן זייערע בירגער, און אלע איינוואוינער פון זייערע מדינות זאלן זיך מעלדן צו די אויסערן דעפארטמענט ווי מען וועט זיי העלפן אנקומען אהיים.
אידישע קינדער געפונען זיך אין גלות צווישן די אומות העולם און זענען מתפלל אז אונזער טאטע אין הימל זאל זיך שוין דערבארימען אויף אונז, מיר זענען אלע אין א שרעקליכע מלחמה זאנע, דער סמ"ך מ"ם באשיסט אונז מיט שמוציגע באמבעס ער ברעכט אויף די חומות פון אונזערע הייזער, טאטע און הימל מיר קענען נישט מער, אזוי וועלן מיר זיכער פועלן אז ער זאל שוין שיקן משיח צדקינו מיטן אדלער און אונז אוועקואירן צום בית המקדש השלישי, ווען עס וועט מקויים ווערן דער פסוק "לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה", און דער פסוק "וגר זאב עם כבש ונמר עם גדי ירבץ ועגל וכפיר ומריא יחדיו ונער קטן נהג בם" בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.
ואשא אתכם על כנפי נשרים ואביא אתכם אלי