פאר א חודש צוריק האט הרב אליעזר יודא קעניג שליט"א יו"ר וועד העירוב ד'אומאן, זיך פארבינדן מיטן ראש ישיבה שליט"א און פארגעשלאגן אז ער איז גרייט צוצולייגן צום עירוב ביזן בנין פון ראש ישיבה.
אנ"ש זענען זייער מכיר טובה דעם וועד העירוב אין אומאן, פארן אנטקעגן קומען אנשי שלומינו מיטן אונטערגענומען א קאסטבארן פראיעקט אויסצוברייטערן דעם עירוב עס זאל אויך ארייננעמען דעם נייעם בנין היכל הקודש אין אומאן אויף די בילאצערקאווסקע גאס שוין אויף היי יאר ראש השנה תשע"ט.
דער עירוב וועט זייער צוניץ קומען, בפרט היי יאר וואס ראש השנה פאלט אויס זונטאג נאכט, און דער עולם איז שוין דארט שוין בעפאר שב"ק, און אזוי וועט מען בעז"ה קענען גיין און קומען מיט הרחבת הדעת אויסגיסן דאס הארץ ביים אייבערשטן און פועלן א גוט געבענטשט יאר ביים הייליגן ציון.
 
שמחים לשמרו ולערב עירובו