מיר זענען צופרידן צו מעלדן פאר אלע אנשי שלומינו וואס וועלן בעזרת השם, וויילן אין אומאן אויף ראש השנה, וואס פאלט אויס היי יאר דאנערשטאג און ערב שבת קודש און ווי באקאנט, דארף מען צוליב די מצב מלחמה לויטן געזעץ טראגן בײ זיך דעם פּאַספּאָרט ווען מען גייט אויפן גאס, דערפאר איז א גרויסער זאך צו וויסן אז דער עירוב אין אומאן איז פריש איבערגעקוקט געווארן און באשטעטיגט געווארן דורך דער וועד העירובין בעיה"ת אומאן, אונטערן השגחה פון חשובע רבנים וועלכע האלטן אן עינא פקיחא אויף יעדע פרט, אז עס זאל זיין כשר למהדרין. אזוי וועלן אלע אנשי שלומינו קענען רואיגערהייט גיין צום הייליגן ציון פונעם רבי'ן אום שבת קודש, אן קיין פראבלעמען.
 
מיר זענען שטארק דאנקבאר פארן חשובן וועד העירובין, וועלכע האבן זיך גענומען די אויפגאבע און אחריות צו פארזיכערן אז אנשי שלומינו זאלן קענען קומען צום רבין מיט גרינגערהייט. און שוין אין די ערשטע יארן וואס דער בנין איז געווען אין באנוץ האבן זיי, מיט געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט אויסגעברייטערט דעם עירוב כדי עס זאל ארייננעמען אויך דעם בנין, און דאס איז טראץ וואס עס איז א ווייטער מרחק פונעם צענטער און פונעם ציון. עס דארף אנערקענט ווערן זייער מסירת נפש און אנשטרענגונג צו העלפן אנשי שלומינו, מיר זאלן קענען קומען צום רבי'ן אין אונזער פלאץ און וויסן אז די הלכה'דיגע קאמפליצירטע עירובין זענען פולקאם געדעקט.
 
באזונדער דארף מען ארויסברענגען א הכרת הטוב פארן יושב ראש פונעם וועד, הגה"צ ר' אליעזר יודא קעניג שליט"א, וועלכער שטייט בראש מיט א געוואלדיגע אחריות און ערליכקייט. און צוזאמען מיט אנדערע חברי הוועד שליט"א האבן זיך אוועקגעגעבן מיט מסירת נפש, נישט בלויז פאר אונז, נאר אלע צענדליגע טויזנטער אידן וואס קומען קיין אומאן, געניסן פון זייער היילגע ארבעט, וואס זיי פירן יערליך אויס שלא על מנת לקבל פרס.
 
צו באמערקן, דאס יאר איז דער עירוב אין די געגענט אביסל אויסגעברייטער געווארן, אריינצונעמען נאך עטליכע גאסן ארום דעם בנין.
 
שמחים לשמרו ולערב עירובו