גרשון קרעמער
 
אין די לעצטע יארן, זייט די לופטפעלדער אין אוקראינע זענען פארמאכט, איז כמעט נישט שיין צו קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, אָן זיין דארט אויך אויף א שבת.
 
אמת, קיינער וויל נישט זיין אזוי לאנג אוועק פון דערהיים, אבער פון די אנדערע זייט איז עס א געוואלדיגע געלעגענהייט צו וויילן אויף א שבת ביים רבי'ן. מוהרא"ש זי"ע ברענגט אין א בריוו (תשרי תשע"ד) "רביז"ל אמר (חיי מוהר"ן סימן רצ"ז) השבתים ששובתים אצלי הם גדולים וטובים יותר משבעה פעמים תענית משבת לשבת; וזה שייך גם עכשיו, הן כשאדם נמצא בשבת באומן, והן כשנמצא בקיבוץ של אנשי שלומינו שמתקבצים יחד בשבת ולומדים יחד את תורתו הקדושה ומתחזקים אחד עם השני, שזה ממש כמו ששובתים אצל רביז"ל."
 
מוהרא"ש שרייבט ווייטער: "אשרי מי שמתחבר עצמו עם אנשי שלומינו היקרים בעירו, ובונים בית הכנסת על שם רביז"ל, ומתקבצים שם יחד, שזה ממש כאילו ששבתו אצל רביז"ל, שזה מאד מאד חשוב שאנשי שלומינו יתפללו יחד ויהיו ביניהם אהבה אחווה וריעות."
 
דער רבי שרייבט אין חיי מוהר"ן, אז שבת ביי אים איז חשובער ווי זיבן מאל פאסטן משבת לשבת, און מוהרא"ש שרייבט אינעם בריוו, אז מען קען זוכה זיין דערצו יעדע שבת ווען מען קומט דאווענען אין א בית המדרש פון הייליגן רבי'ן, דארט ווי מען רעדן פון רבינ'ס עצות, און זיכער ווען מען איז אין אומאן אויף א שבת.
 
אבער שבת קומט צו נאך א וויכטיגע זאך, אן עירוב מען זאל קענען גיין און קומען פון און צום ציון, אבער מיר קענען ב"ה אינפארמירן דעם ציבור אז דער עירוב אין אומאן איז פריש איבערגעקוקט געווארן און באשטעטיגט געווארן דורך דער וועד העירובין בעיה"ת אומאן, אונטערן השגחה פון חשובע רבנים וועלכע האלטן אן עינא פקיחא אויף יעדע פרט, אז עס זאל זיין כשר למהדרין. אזוי וועלן אלע אנשי שלומינו קענען רואיגערהייט גיין צום הייליגן ציון פונעם רבי'ן אום שבת קודש, אן קיין פראבלעמען.
 
אנשי שלומינו זענען שטארק דאנקבאר פאר די חשובע רבנים פונעם וועד העירובין, וועלכע האבן זיך גענומען די אויפגאבע און אחריות צו מאכן אן עירוב למהדרין כדי אנשי שלומינו זאלן קענען קומען צום רבין מיט גרינגערהייט.
 
שוין אין די ערשטע יארן וואס דער בנין איז געווען אין באנוץ האבן זיי, מיט געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט אויסגעברייטערט דעם עירוב כדי עס זאל ארייננעמען אויך דעם בנין, טראץ וואס דער בנין איז א ווייטער מרחק פונעם צענטער און פונעם ציון. עס דארף אנערקענט ווערן זייער מסירת נפש און אנשטרענגונג צו העלפן אנשי שלומינו, מיר זאלן קענען קומען צום רבי'ן אין אונזער פלאץ און וויסן אז די הלכה'דיגע קאמפליצירטע עירובין זענען פולקאם געדעקט.
 
באזונדער דארף מען ארויסברענגען א הכרת הטוב פארן יושב ראש פונעם וועד, הגה"צ ר' אליעזר יודא קעניג שליט"א, וועלכער שטייט בראש מיט א געוואלדיגע אחריות און ערליכקייט. און צוזאמען מיט אנדערע חברי הוועד שליט"א האבן זיך אוועקגעגעבן מיט מסירת נפש, נישט בלויז פאר אונז, נאר אלע צענדליגע טויזנטער אידן וואס קומען קיין אומאן, געניסן פון זייער היילגע ארבעט, וואס זיי פירן יערליך אויס שלא על מנת לקבל פרס.
 
 
שמחים לשמרו ולערב עירובו