אזוי ווי היי יאר פאלט דער ערשטער טאג ראש השנה אויס אום שבת קודש, און אזוי אויך דארף מען לויטן געזעץ טראגן ביי זיך דעם פאספארט, איז אונז ברוך השם א פרייד צו מעלדן אז דער עירוב איז פריש איבערגעקוקט געווארן אויף היי יאר און איז באשטעטיגט געווארן דוכ'ן די וועד העירובין בעיה"ת אומאן וואס שטייט בראש פון חשבוע רבנים צו זיין כשר למהדרין, און אנשי שלומינו וועלן קענען במשך דעם שבת גיין און קומען צום הייליגן ציון פון רבין אן קיין שטער.
 
אנשי שלומינו זענען מכיר טוב פאר די חשובע וועד וועלכע פארפיגט אויף די עירובין וואס האבן תיכף אין די ערשטע יאר וואס מען האט געבויעט דעם בנין פאר אנשי שלומינו אויסגעברייטערט דעם עירוב ביזן בנין, טראצדעם וואס עס איז א ווייטע מרחק פונעם צענטער, האלטענדיג פאר די אויגן זייער מטרה צו העלפן אנשי שלומינו קענען וויילן ביים הייליגן רבין, בפרט קומט זיך א הכרת הטוב פארן יושב ראש פונעם וועד הגה"צ ר' אליעזר יודא קעניג שליט"א מיט אנדערע חברי הוועד שליט"א וועלכע שטייט צו די האנט פון אנשי שלומינו אין שטאט אומאן און געבט זיך איבער מיט מסירת נפש פארן עירוב.
 
שמחים לשמרו ולערב עירובו