עירליינס קלערן ווידער צו באנייען זייערע פלייטס קיין אוקראינע
ד אייר תשפ"ב 📝
מען האלט נאך קוים אנפאנג חודש אייר, אבער אנשי שלומינו חסידי ברסלב טראכטן שוין פון ראש השנה. ווען מען זעט וואס דער הייליגער רבי שרייבט איבער ראש השנה "יעדער זאל קומען", "קיינער טאר נישט פעלן", "ראש השנה קען איך יעדעם פאררעכטן אפילו וועם איך קען נישט א גאנץ יאר" און אזוי ווייטער, טראכט מען נישט קיין צוויי. בפרט ווען מען געדענקט וואס עס טוט זיך ביים בית דין של מעלה אינעם הייליגן טאג ראש השנה, ווען מען שרייבט אפ דעם שיקזאל פון יעדעם איינעם, "מי יחיה... מי בקיצו... מי במים..." איז שוין נישטא קיין קלער איבער בלייבן אינדערהיים.
אין אלע יארן זינט דעם רבינ'ס פטירה פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק, האבן זיך חסידי ברסלב מוסר נפש געווען צו מקיים זיין דעם רבי'נס בקשה און געקומען אין אלע אומשטענדן. יעדעס יאר שטעלט דער סמ"ך מ"ם אונטער שטרויכלונגען מבית ומבחוץ שווער צו מאכן פון מקיים זיין דעם רבי'נס רצון, אבער די פילע תפילות צום אייבערשטן וואס מען איז מתפלל, זענען גובר און מען קומט מען איבער אלע מניעות און מען איז זוכה צו זיין ראש השנה אין אומאן ביים הייליגן רבין.
יעצט אין יאר תשפ"ב האט זיך אנגערוקט דער מלחמה צושטאנד אין אוקריינא, טויזנטער אידן זענען אנטלאפן פון לאנד מיט די נשמה אין די הענט איבערלאזנדיג אלע זייערע האב און גוטס. אין אזא צייט פרובירט דער סמ"ך מ"ם צו צעברעכן און מייאש זיין אנשי שלומינו און זיי מאכן טראכטן אז עס איז א שאד אפילו צו פרובירן. אבער דער הייליגער רבי געט אונז אריין די חיות און האפענונג "קיין יאוש איז נישט פארהאן" און אפילו ווי שווער דער צושטאנד איז נאר נישט געווען, האבן אנשי שלומינו ווייטער געדאווענט און געבעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל נאך יא זוכה זיין אנצוקומען קיין אומאן אויפן קומענדיגן ראש השנה.
יעצט קומט אריין די גוטע נייעס אז ווי עס זעט אויס הייבן שוין אן די עירליינס צו טראכן צוריק צו באנייען פלייטס פון און צו אוקראינע. ווען דער אייראפעאישער עירליין "וויז עיר" האט שוין פאריגע וואך ערלויבט קאסטומערס פאר א קורצע צייט צו רעזערווירן טיקעטס פון לאנדאן קיין קיעוו און לעמבערג אין פלייטס פון חודש יולי למספרם, נאכדעם וואס אלע זיי האבן - ווי אלע עירליינס - סוספענדירט אלע זייערע רייזעס פון און צו אוקראינע זינט דער אנהייב פונעם רוסישן אינוואזיע.
אויך איז געווען באריכטן אז דער אויבנדערמאנטע עירליין פלאנירט שוין צו עפענען זייערע בוקינגס פון זייערע פלייטס צווישן קיעוו און מילאן (איטאליע), רוים (איטאליע), און לארנאסא (ציפערן-קפריסין) אין די קומענדיגע נאנטע צייט.
דא איז טאקע דאס פלאץ צו דערמאנען אנשי שלומינו אז נאר דורך תפלה וועט מען קענען פועלן אז אלע שטיינער אויפן וועג צום הייליגן רבין זאל בטל ווערן און צונישט ווערן, יעדער ווערט געבעטן נישט דורך צו לאזן קיין טאג פון בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל קענען אנקומען צום רבין אויף ראש השנה.
קיינער טאר נישט פעלן