עלטסטע קריגס איבערלעבערין נפטר געווארן

כח שבט תשפ"ה 📝
נעכטן איז נפטר געווארן אין ניו יארק א הונדערט און דרייצן יעריגע אידישע פרוי מיט'ן נאמען רויזא גיראָון. קיינער בלייבט נישט דא אויף דעם עולם פאר אייביג, זינט בריאת העולם האט יעדער איין טאג צוריק געגעבן די נשמה פאר'ן אויבערשטן. די סיבה פארוואס די פטירה פון די פרוי איז אין די נייעס איז צוליב זי איז געווען גערעכנט צו זיין די עלטסטע קריגס איבערלעבער אין די וועלט.
די פרוי - וואס איז נעכטן נפטר געווארן אין א מושב זקנים נארט בעלמאור - אין נעסאו קאונטי - ניו יארק, איז געבוירן געווארן אין אין פוילן, זי האט געוואוינט א שטיק צייט אין דייטשלאנד, ביי די מלחמה איז זי אנטלאפן קיין שאנכיי, כינע. און שפעטער האט זי זיך אריבערגעצויגן קיין קווינס ניו יארק, ווי זי האט געוואוינט ביז צען יאר צוריק. אין יאר תשע"ה איז זי אריבער צו א נוירסינג היים, ווי זי האט זיך אויפגעהאלטן ביז איר פטירה אין טיפן עלטער פון הונדערט און דרייצן יאר.
מען קען ליינען די נייעס פשוט, און זען די היסטארישע מאמענט, די עלסטע קריג איבערלעבער איז אוועק, אדער קען מען נתפעל ווערן אז א מענטש לעבן הונדערט און דרייצן יאר, אבער ווייניג כאפן אז די נייעס דארף געבן א טרייסל פאר א מענטש, ווייל דאס זאגט אז סוף כל סוף וועלן מיר אלע דארפן צוריק געבן אונזער נשמה צום אויבערשטן.
מוהרא"ש פארציילט אז ווען ער איז געווען א קינד, איז ער געווען א ווילד קינד, און איין מאל ביי א לויה האט זיך געשטופט צו מיטהאלטן וואס טוט מען מיט'ן נפטר, ער האט געזאגט אז ער האט געזען אז יא, מען נעמט דעם נפטר, מען לייגט אים אריין אין א גרוב אין דער ערד, מען לאזט אים דארט איבער אליינס, און מען דעקט עס צוריק איבער, און דאס האט אים איבערגעלאזט א טיפער רושם, און געמאכט טראכטן, "פארוואס זענען מיר דא אויף דער וועלט"?, "וואס איז דער תכלית"? געדאנקען וואס האבן אים אלעמאל געדרוקט. אבער ווען ער האט געטראפן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים איז אים לעכטיג געווארן, אוועקגיין פון דער וועלט איז נישט אזוי שרעקעדיג - עס איז ווי מען גייט אריבער פון איין צימער צו א צווייטן.
אבער מיר דארפן בעטן דעם אויבערשטן מיר זאלן נישט פארשפילט ווערן פון די הבלי עולם הזה בשעת מיר זענען נאך דא, ווייל יעצט איז ממש גרינג זיך איינצופאקן צידה לדרך פאר'ן עולם הנצחי, אין די פאר יאר קענען מיר איינקויפן גאנצע סטארעדזשעס מיט עסן, טרונקען, קליידער און הייזער פון וואס מיר וועלן נהנה זיין לנצח נצחים, א באגריף וואס אונזער באגרעניצטע מח קען נישט באגרייפן. וויאזוי קענען מיר בייקומען די גלאנציגע וועלט וואס זוכט נאר צו פארדעקן דעם אויבערשטן, דאס גייט נאר דורך תפלה, אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו בעטן דעם אויבערשטן אז ער זאל זוכה זיין אויסצונוצן זיינע טעג, וועט ער זוכה זיין דערצו. עס גייט טאקע נישט אין איין מינוט, אבער מיט סבלנות, יעדן טאג פריש בעטן דעם אויבערשטן און נישט אויפגעבן, וועסטו זוכה זיין צו זיין אן אמת'ער ערליכער איד.