די עלעקטערעיק קראכט
טו שבט תשפ"ו 📝
שאלה:
וואס איז דאס אז צומאל לעשט זיך אויס די עלעקטריק, און מ'דארף גיין צום "פאנעל" דארט צו דרוקן א סוויטש כדי עס זאל צוריק אנהייבן ארבעטן?
אליעזר שלמה טייטלבוים
ענטפער:
דאס איז א הערליכע און זייער א טיפע שאלה. דער תירוץ איז, אז א "סוירקעט ברעיקער" איז א ספעציעלע סוויטש וואס איז אויסגעשטעלט זיך אליין אפצוהאקן אויב עס מאכט זיך א פראבלעם מיט די עלעקטריק. ווען די לעקטער לעשט זיך אויס, פאסירט דאס קיינמאל נישט סתם אזוי; עס איז אלעמאל דא א גוטע סיבה פארוואס דאס געשעט. דער סוויטש היט אפ די ווייערס פון ווערן געשעדיגט, און עס פארמיידט – חס ושלום – אומגליקן אדער שריפות.
ביי אונז מענטשן איז דאס פונקט דאס זעלבע. די גמרא אין מסכת תענית (דף כ"א) דערציילט אונז א מעשה וועגן א דאקטער, אבא אומנא, וואס פלעגט באקומען א גרוס (א "שלום עליכם") פון הימל יעדן איינציגן טאג. בעת וואס אביי פלעגט באקומען א גרוס פון הימל נאר איין מאל א וואך, יעדן פרייטאג צונאכטס. אביי האט געהאט א חלשות הדעת און זיך געוואונדערט: "פארוואס איז דער דאקטער מער חשוב ווי מיר? ער באקומט א גוט ווארט יעדן טאג, און איך נאר איין מאל א וואך?" האט מען אים געזאגט פון הימל: "דו קענסט נישט באווייזן דאס וואס אבא אומנא טוט." אבא אומנא האט געהאט זיינע אייגענע שווערע נסיונות וואס ער האט געדארפט איבערקומען. ער פלעגט זיין זייער אפגעהיטן מיט צניעות און היטן די אויגן ווען ער האט געדארפט באהאנלדען פרויען. אזוי אויך האט ער זייער שטארק אכטונג געגעבן אויף די כבוד פון ארימעלייט, וואס פלעגן באקומען זיינע סערוויסעס בחינם, און ער אליין האט אפילו נישט געוואוסט ווער עס האט באצאלט און ווער נישט.
אבא אומנא האט נישט געדארפט פארלענערן שיעורים. נישט דאס וויל דער אויבערשטער פון אים. ער האט פשוט געטון דאס וואס דער אויבערשטער האט געוואלט פון אים, און דערפאר איז עס געווען זייער חשוב אין הימל. פונקט אזוי דארף אביי נישט ווערן יעצט קיין דאקטער, אביי דארף ווייטער שרייבן די גמרא און לערנען מיט זיינע תלמידים אזוי אז מיר האבן די הייליגע גמרא ביזן היינטיגן טאג וואס איז אונז מחי' אינעם שווערן גלות ביזן היינטיגן טאג.
לאמיר צוריקגיין צו עלעקטריק. די הויפט סיבה פארוואס א ברעיקער קראכט (טריפט) איז ווען מ'שטעקט אן צופיל אפלייענסעס אויף איין ליין. למשל, א מייקראוועיוו, אן עיר קאנדישן, א העיר דרייער, אדער א וועקיום קלינער שלעפן אלע זייער אסאך ענערגיע. ווען דער ברעיקער פילט אז ער ווערט איבערגעהיצט – וואס דאס קען חס ושלום ברענגען א סכנה – לעשט ער זיך גלייך אויס.
פשוט צוריק אנצונדן דעם סוויטש איז נישט די עצה - אויב עס זענען נאך אלץ איינגעשטעקט צופיל זאכן. מען דארף איבערלאזן נאר איין אפלייענס אויף יענעם ספעציפישן ליין, און אי"ה וועט עס ארבעטן געהעריג. אויב דאס העלפט נישט, איז כדאי צו רופן אן עקספערט וואס זאל פעסטשטעלן וואס מען דארף פארריכטן.
אזוי אויך דארף א מענטש זוכן אן עצה ביי א צדיק ווען ער פילט אז ער אליין ווערט "איבערגעהיצט". אסאך מאל מיינען מיר אז מיר דארף טון שווערע עבודות כדי צו זיין ערליכע אידן, וואס איז נישט אלץ ריכטיג. אסאך מאל פארגעסן מיר פון די פשוטע גרינגע זאכן, וואס דער יצר הרע רעדט אונז איין אז דאס איז צו גרינג און צו פשוט. אבער אפילו אויב עס זענען דא מענטשן וואס קענען באווייזן פארשידענע שווערע זאכן, מיינט עס נאכנישט אז מיר דארפן זיי נאכמאכן; יעדער דארף טון דאס וואס ער איז אליין ביכולת.
יעדער איינער האט זיין אייגענעם ספעציעלן תפקיד. דער הייליגער רבי ר' אלימלך פלעגט זאגן: "מיילעך וועט מען נישט שטראפן פארן נישט זיין זושא; מיילעך וועט מען שמייסן פארן נישט זיין מיילעך."
צו פרעגן א שאלה, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com אדער רופט אדער טעקסט צו 845-445-7447.