די עלעקטראלע סיסטעם פון די פרעזידענטליכע וואלן אין אמעריקע
ד חשון תשפ"ה 📝
היינט דער ערשטער דינסטאג פון נאוועמבער איז באשטימט פאר די "דזענעראל עלעקשאנס" אין אמעריקע, אין דעם טאג יעדע פיר יאר קומען פאר די וואלן ווי מען געבט די אויסוואל צווישן אנדערע צו קלויבן וועם מען וויל פאר פרעזידענט.
ערליכע אידן נעמען אויך אנטייל אין די וואלן, אבער מיט א גראדן קאפ. מען ווייסט אז נאר דער אויבערשטער פירט אלעס, אריינגערעכענט אמעריקע.
אין געווענליכע וואלן גייט עס אז ווער עס באקומט דער רוב, דער געווינט, ביי אונזער פאל גייט עס צוליב פארשידענע סיבות אנדערש. עס זענען פארהאן 539 "עלעקטאראלן" (וואס מיינט וואל פונקטן), און יעדע שטאַט (סטעיט) באקומט עלעקטארס לויט זייער פאפולאציע (וויפיל מענטשן עס וואוינען דארט), די גרויסע סטעיטס טראגן א גרעסערע געוויכט, ווייל זיי פארטרעטן מער מענטשן, און די קלענערע - וויינגער. קאליפארניע - דער גרעסטער סטעיט - פארמאגט 54 עלעקטארלן, בשעת נארט דאקאטע, ווערמאנט, און דאלווער - די קלענסטע סטעיטס פארמאגן יעדע איינע נאר 3 עלעקטאראלן. יעדע שטאַט וועלט אויס וועם זיי ווילן פאר פרעזידענט, און אויב זיי וועלן פאר איינעם, באקומט יענער "אלע" עלעקטאראלן פון יענע שטאַט. אזוי ארום קען אויסקומען (און האט שוין עטליכע מאל פאסירט) אז איין קאנדידאט באקומט רוב שטומען (דאס הייסט ער האט געווינען די פאפולערע שטומען) אבער דער צווייטער ווערט פרעזידענט, דורכן אנציען גענוג עלעקטאראלן.
מאנכע וועלן זיך וואונדערן צי דאס איז יושר. איך ווייס נישט, אבער וויבאלד אלע צדדים ווייסן פון אנפאנג אז דאס זענען די רולס פונעם שפיל, צילן זיי בכלל נישט צו געווינען רוב שטימען פון אמעריקע, זיי צילן נאר צו כאפן אביסלע מער פון רוב פון וואס מער שטאַטן, ווייל דאס איז וואס עס ווערט גערעכענט. מיר דארפן האלטן קאפ וואס מאכט א חילוק ביי די ענד אף די דעי, און וואס איז סתם שיינע ציפערן. שלום בית, משניות, רעדן צום אויבערשטן, מעביר סדרה זיין - דאס ברענגט מיר צו זיין א געווינער, אזוי זאגן די צדיקים, בשעת שיינע בילדער אין די מאגאזינען ברענגען מיר גארנישט.
דער ראש ישיבה שליט"א האט היינט געשריבן אינעם בריוו: "ווען דו גייסט שטימען זאלסטו דאס מאכן לאר לפנים, פארגעס נישט פאר איין סעקונדע ווער דער פירער איז, ווער עס מאכט די פרייזן, די שטייער וכו' וכו' אלעס איז דער אייבישטער אליין."
דער ראש ישיבה שליט"א בעט ווייטער אינעם בריוו מען זאל אויסנוצן די לאנגע גאלדענע ווינטער נעכט צו דינען דעם אויבערשטן, און נישט האלטן אין שטוב קיין קאמפיוטער סמטארפאון, אדער טעבלעט, נישט קוקן קיין מואוויס וואס פארברענט די נשמה.