עלעקטראנישע קארס און טשארדשינג סטעישאנס
ו כסלו תשפ"ד 📝
די וועלט איז היינט אויף מיט עלעקטראנישע קארס, בעיקר פון די טעסלא פירמע וואס האט זיך געמאכט א באקאנטע נאמען. ווייניג ווייסן אבער אז די ערשטע עלעקטראנישע קארס זענען שוין ארויסגעקומען מיט איבער הונדערט יאר צוריק. אין די יארן ווען די קאר אינדוסטריע איז נאך געווען אין די וויגעלע, האבן שוין אינזשענירן ארויסגעגעבן די ערשטע עלעקטריק קארס. פארשטייט זיך אז די קארס זענען געווען זייער פרימיטיוו, און עס איז געווען אין פראקטישן זין זייער שווער צו נוצן. בעיקר האט עס געמאנגעלט אין צוויי טעכנאלגישע דורכברוכן, איינס איז געווען די בעטעריס, וואס כדי עס זאל זיין פראקטיש עס צו נוצן דארפן די בעטעריס זיין גענוג גרינג, און קענען טראגן גענוג עלעקטריק צו טראגן די קאר א שטיקל וועג. און די צווייטע איז טשארדינג סטעישאנס, וואס דאס איז בכלל נישט געווען בנמצא דעמאלטס.
במשך די יארן האט די אינדוסטריע געהאט פארשידענע דורכברוכן, אבער די גרעסטע דורכברוכן זענען געווען טאקע אין די צוויי זאכן, צוערשט איז אנטוויקעלט געווארן די "ליטיום אייאן בעטערי" וואס האט געקענט האלטן אסאך מער ענערגיע אין אסאך א קלענערע פלאץ, און די צווייטע איז געווען אין טשארדזשיג טעכנאלאגיע, וואס ערמעגליכט אנצופילן די בעטעריס גענוג שנעל אז עס זאל זיך לוינען.
פארשידענע פירמעס לייגן אריין גרויסע כחות צו מאכן די נייערע קארס בעסער און מער סעיף, צווישן אנדערע ארבעט מען צו טרעפן אנדערע מאטיריאלן פאר די בעטעריס וואס וועט געבן מער ענעריגע און וועט זיך לאזן נאך שנעלער טשארדזשן, אזוי אויך ארבעטן ריסוירטשערס צו פארבעסערן די ווייערלעס טשארדזשינג מעגליכקייטן, וואס וועט ערמעגליכן צו מאכן די טשארדזשיג אויפן פארקינג און די קאר וועט בלויז מיטן פארקן העכער דעם זיך נעמען טשארדזשן.
היינט צו טאגס פארמאגן די עלעקטריק קארס א שיינע טייל פון די קאר מארקעט, און עס שטייט היינט ביי בערך 8% פון אלע קאר פארקויפונגען, און גייט נאר ארויף מיט יעדעס יאר, כמעט יעדע קאר פירמע האט שוין היינט צו טאגס כאטש איין קאר וואס לויפט אויף עלעקטריק, און גרויסע פירמעס פלאנען צו האבן זייער גאנצע אדער לכל הפחות גאר א גרויסע טייל פון אלע זייערע קארס נאר עלעקטריק אין די קומענדיגע פינף ביז פופצן יאר.
עס זענען דא פארשידענע מעלות און חסרונות פון עלעקטריק קארס, צווישן די מעלות ציילן זיך אז די קארס באדארפן אסאך ווייניג מעינטענעס, עס האט נישט קיין אויל טשעינדזש, און האלט זיך אסאך לענגער בכלל, אזוי אויך זענען די קאסטן פון ענעריגע זייער ביליג, עס קאסט כמעט גארנישט קעגן געז קארס צו אנפילן די קארס, אזוי אויך פארט עס אסאך שטילער און מער געשמירט. צווישן די חסרונות ציילן זיך, אז אויב מען וויל פארן לאנגע שטרעקעס מער ווי וויפיל די בעטעריס קענען פארנעמען דארף מען זיך אפשטעלן פאר גאנץ לאנג צומאל א האלבע שעה אדער אפילו א שעה צו אנפילן, אזוי אויך קען די פרייז צו קויפן אזא קאר זיין אביסל טייערער. די גוטע נייעס איז אז די היינטיגע קארס קענען פארן לענגער און לענגער אויף א איינמאליגע טשארדזש, רוב קארס קענען שוין פארן אין די געגענט פון דריי הונדערט מייל, אן דארפן פריש טשארדזשן, אזוי אויך ווערן די טשארדזשערס שנעלער און שנעלער, און דאס געלט פון די קאר ווערט צוריק געצאלן מיט די צייט וואס מען צאלט זייער ווייניג אויף עלעקטריק און מעינטענענס.
עס זענען דא לעגיטימע סיבות פארוואס מענטשן זאלן נישט וועלן קויפן קיין עלעקטירק קאר, אבער קיינער וועט נישט זאגן "פאר מיין טאטע און מיין זיידע איז א געז קאר גוט געווען, וואס זוך איך מיך נייע זאכן?"... יעדער בר דעת פארשטייט אז דאס איז נישט קיין מסורה וועלכע סארט ענעריגע די קאר זאל האבן...
די זעלבע זאך וועס עס קומט צו רוחניות. דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און געשיקט דעם הייליגן רבין מיט זיינע תלמידים, און בפרט דער צדיק וואס האט נאך געלעבט אין אונזער דור מוהרא"ש זי"ע וואס האט מגלה און מפרסם געווען די עצות פון הייליגן רבין פאר די גאנצע וועלט. עס איז גאר נאריש די טענה פון מענטשן וואס זאגן "וואס זוכסטו זיך נייע זאכן?", דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אויף דעם אז די וועלט געבט קרעדיט פאר קריסטאפער קאלאמבוס פארן "אנטדעקן" אמעריקע, וואס קומט זיך אים קרעדיט, אמעריקע איז אייביג דא געווען פון ששת ימי בראשית, אבער פארט ער האט עס מגלה געווען. די זעלבע זאך איז לגבי אידישקייט. רעדן צום אויבערשטן איז נישט קיין נייע זאך, די סדר דרך הלימוד איז נישט קיין נייע זאך, רעדן שיין צו די ווייב איז נישט קיין נייע זאך, וויסן די חשיבות פון יעדע קליינע זאך וואס מען טוט פארן אויבערשטן איז נישט קיין חידוש, חזר'ן די גרויסע רחמנות פון אויבערשטן ווי ער ווארט אז יעדער איד באשר הוא שם זאל צוריק קומען צו אים איז נישט קיין נייע זאך. דאן פארוואס זענען מיר אזוי דאנקבאר דעם אויבערשטן אז ער האט געשיקט דעם רבין אויף דער וועלט. דער אמת איז אז די אלע זאכן זענען געווען באהאלטן פון "אונז", מיר זענען געווען צובראכן, מיר האבן שוין נישט געזען קיין האפענונג, און דער רבי בלאזט אריין אין אונז א חיות, מאכט אונז עפענען א ספר, מאכט אונז דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר האבן חתונה געהאט.
אז מיר וועלן ווייטער לעבן מיט די הייליגע עצות וועלן מיר האבן א זיס לעבן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.