שאלה (דורכ'ן טעלעפאן):
 
א גוטן, דא רעדט ליפא איינהארן.
 
איך האב א שאלה: וואס זענען די גרויסע פענס וואס מ'זעט אויף די הייוועיס ווען מ'פארט קיין אומאן? עס זענען דא ריזיגע פענס וואס דרייען זיך זייער שטאט, און איך וויל וויסן וואס דאס איז. יישר כח.



ענטפער פון גרשון קרעמער:
 
יישר כח ליפא'לע פאר דיין שיינע שאלה.
 
מיר האבן טאקע שוין געהאט אן ענליכע שאלה אין אונזער קאלום מיט בערך א יאר צוריק. מיר האבן דאן ערקלערט אז די מאשינען זענען נישט קיין פענס, נאר דאס רופט זיך ווינט טוירביינס. דאס זענען מאטארן וואס פראדוצירן עלעקטרישע קראפט דורך דעם וואס דער ווינט בלאזט אויף זיי און דרייט זיי.
 
לאמיר יעצט אריינגיין אביסל טיפער אינעווייניג אין דעם טוירביין און זען וואס דארט טוט זיך, און וויאזוי די עלעקטריציטעט ווערט פראדוצירט. הויך אויפן שטאנג וואס האלט די ריזיגע פליגלען (בלעידס), געפינט זיך א מאשין וואס רופט זיך א דזשענערעיטאר. ווען מען דרייט אזא מאשין, פראדוצירט עס עלעקטריציטעט.
 
אינדרויסן זענען די פליגלען צוגעטשעפעט אויף א ספעציעלן אופן, אז ווען עס בלאזט א שטארקע ווינט, שטיפט דער ווינט די פליגלען זיי זאלן זיך דרייען, און זיי דרייען דעם אינערליכן דזשענערעיטאר - און אזוי ווערט כסדר געשאפן פרישע עלעקטרישע קראפט.
 
מען פרובירט געווענליך צו לייגן די טוירביינס אין אפענע פעלדער וואו עס בלאזן כסדר ווינטן. אנשטאט די ווינטן זאלן סתם בלאזן אין די וועלט אריין, שטעלט מען דארט אוועק אזא טוירביין וואס נעמט ארויס א שטארקע נוצן פונעם ווינט, כדי זיין כח זאל נישט גיין לאיבוד.
 
פונדערווייטנס קען עס אויסקוקן ווי זיי דרייען זיך זייער שטאט, אבער דער אמת איז אז זיי דרייען זיך גארנישט אזוי פאמעליך. נאר וויבאלד די פליגלען זענען אזוי ריזיג (אסאך מאל איבער 300 פיס לאנג!), זעט עס פשוט אויס פאר די אויגן ווי זיי רוקן זיך שטאט. באמת האבן זיי א מורא'דיגן כח; יעדע אזא טוירביין קען פראדוצירן עלעקטרישע קראפט און מאכן ליכטיג פאר טויזנטער שטיבער.
 
דער הייליגער רבי זאגט אונז (אין ליקוטי מוהר"ן חלק א' סימן ס"ו) אז יעדער פון אונז קען אויסנוצן די ווינטן צו באקומען קראפט. אסאך מאל ווען א מענטש פרישט זיך אויף און ער וויל פריש אנהייבן דינען דעם אייבערשטן, אדער ער וויל פארן צום הייליגן צדיק וואס וועט אים אויסלערנען וויאזוי צו דינען השי"ת, וועלן פלוצלינג אנהייבן בלאזן שווערע ווינטן און עס וועלן ארויסוואקסן שטיינער אין וועג, וואס וועלן אים מאכן מניעות און חלישות הדעת.
 
איז וויכטיג צו וויסן אז די ווינטן בלאזן נישט סתם אזוי "פאר פלעין", נאר עס איז דא א פונקטליכע סיבה דערפאר. דער רבי לערנט אונז דעם וויכטיגן כלל: "כְּשֶׁיֵּשׁ מְנִיעָה לְאָדָם הַחֵשֶׁק מִתְגַּבֵּר בְּיוֹתֵר" - די מניעות זענען נאר געמאכט אנצורייצן דעם מענטש ער זאל נאך מער וועלן, און נאך מער בעטן דעם אייבערשטן.
 
דו קענסט אויסנוצן די התנגדות און די טשעלענדזשעס זיך צו שטארקן. ווען דו דרייסט זיך אויס צום אייבערשטן און בעטסט אים אז דו זאלסט באקומען כח איבערצוקומען די מניעות, ווערסטו ווי א ווינט טוירביין; דו וועסט זיך שטארקן און ארויסגעבן אזוי סאך ליכטיגקייט, אז נישט נאר עס וועט דיר אליינס ווערן ליכטיג, נאר דו וועסט נאך קענען אריינשיינען די ליכטיגקייט פון אמונה אין טויזנטער אידישע שטיבער!
 
לאמיר אויסנוצן די געלעגנהייט צו בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן איבערקומען אלע מניעות, און מיר זאלן קענען אנקומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה גרינגערהייט.
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.