היינט דינסטאג פרשת וירא, למספרם נאוועמבער 4 איז "עלעקשאן דעי", דער טאג ווען עס טומלט זיך אין אמעריקע. דער שרייט רעכטס, און דער שרייט לינקס, די לויפער פארשפרעכן פיתום ורעמסס אויב זיי ווערן ערוועלט, און אז די וועלט ענדיגט זיך אויב חס ושלום חס ושלום די אפאנענט געווינט.
אין סדום איז אויך געווען צוויי פארטייען - אזוי זאגט רש"י. עס זענען געווען פייערדיגע זון שטיצער, און ווייסע לבנה קריכער. עס האט זיך געטון אויף טישן און אויף בענק. "די לבנה" זאגן זיי "פירט די וועלט, ווען זי רעגירט, קען קיינער אונז נישט אן רירן." אבער די זון-דינער בלייבן נישט שטיל. "אלעס איז די זון", דערקלערן זיי, "אויב מיר וועלן איר דינען, וועט אונז גוט זיין. אויב חלילה מיר וועלן גיין צו די לבנה, איז אויס וועלט".
וואס מיינט איר? דער אויבערשטער האט איבערגעדרייט סדום ערגעץ 5:55 פארטאגס, ווען די לבנה איז נאך דארט, און די זון איז שוין ארויף געקומען. עס האט זיי גארנישט געהאלפן. דאס איז קלאר אז נישט מאמדאני, און נישט קאומאו קען אונז העלפן. אבער די זעלבע איז פארקערט, נישט מאמדאני און נישט קאומאו קענען עפעס שלעכטס טון.
רש"י זאגט אן אינטערעסאנטע זאך: דער אויבערשטער האט עס געמאכט פארטאגס, "ווייל אויב וואלט דער אויבערשטער חרוב געמאכט סדום בייטאג, וואלט די לבנה שטיצער געזאגט "אויף אונזער זייגער וואלט עס נישט פאסירט" און אויב וואלט עס דער אויבערשטער געטון ביינאכט, וואלט די זוניסטן געזאגט "זעסט, נאר וועגן די לבנה איז עס געשען"."
שטעלט זיך א שאלה: ווער וועט זאגן? ביידע זענען שוין לאנג אומגעקומען. סדום איז חרוב. לאמיר זיך פארשטעלן: דער אויבערשטער מאכט חרוב סדום 12:00 אינמיטן טאג, און אלע זענען שוין טוט. ווער זאל זאגן? נאר וואס דען, עס גייט ארויף אויף היינט, עס זענען דא מתנגדים - דער נאר שטופט אים, ער מוז צורייסן. און כאטש ער קען זיך נישט קיין עצה געבן, ער ווערט איבערגעדרייט, ער שטייט מיט'ן קאפ אראפ און פיס ארויף, עס פלאקערט און ברענט, ער אטעמט קוים, אבער ער שרייט נאך אלץ "ווער דארף חיזוק? פאר וועם שרייבט מען די אלע קונטרסים און גליונות".

דערפאר וועלן מיר זיך שטארקן און הערן דעם אויבערשטענ'ס קול טראץ די הויכע וואל טומל קולות, און געדענקען אז דער אויבערשטער פירט די וועלט אזוי שיין. מיר האלטן מיט א שיינע פלעי, דער אויבערשטער וויל זען אויב מיר בלייבן געטריי צו אים, און מיר געדענקען אז ער שטייט אונטער אלעם.