אין די יעצטיגע טעג ווערט אפגעצייכנט עלף יאר פון עס האט זיך געעפנט דער תלמוד תורה "היכל הקודש ברסלב" אין וויליאמסבורג. אין די לעצטע יארן, האט שוין די תלמוד תורה געהאט א ווייט גרייכנדע אפקלאנג, אלס א פלאץ וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט תורה תפלה און יראת שמים על דרך ישראל סבא, מיט די אלע הייליגע עצות פון הייליגן רבי'ן, אויפן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.
הכרת פניהם ענתה בם. ווי עס זאגן עדות אלע עלטערן, זעט מען אויף די קינדער א געוואלדיגע חן, אן איידלקייט און ערליכקייט וואס מען טרעפט נישט געווענליך. דאס קומט נאר פון די הייליגע תורה וואס די קינדער לערנען פלייסיג וואס די תורה איז אילת אהבים ויעלת חן, ובנוסף וואס די קינדער רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך. די קינדער זענען שטענדיג פארנומען צו דערציילן "מעשיות פון תפלה", זאכן וואס זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן.
די הארץ ווערט איבערגענומען ווען מען הערט ווי די תמימות'דיגע קינדער, דערציילן ווי זיי בעטן דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות און ווי דער אייבערשטער העלפט זיי שטענדיג. עטליכע קינדער האבן דערציילט פאר'ן מלמד נאך פסח, אז זיי האבן נישט געוואלט מוטשען זייערע עלטערן צו באקומען א גוטע אפיקומן, אנשטאט דעם מוטשען זיי ענדערש דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער וועט זיי זיכער העלפן.
ווען עס ווערט איינגעבאקן אין די יונגע הערצער צו לעבן מיטן אייבערשטן, וועט דאס מיטוואקסן מיט זיי אלע יארן, און זיי וועלן שוין קיינמאל נישט אוועקגיין פונעם אייבערשטן. אין יעדן מצב וואס זיי וועלן זיין, וועלן זיי וויסן אז זיי האבן זיך צו וועם צו ווענדן, דער אייבערשטער גייט מיט זיי שטענדיג, און ער וועט זיי קיינמאל נישט פארלאזן.
עס דערמאנט זיך די התחלה פון די תלמוד תורה, מיט עלף יאר צוריק ווען די ההנהלה איז געזיצן ביי מוהרא"ש חול המועד פסח אין יאר תש"ע איבערצוגיין אלע דעטאלן איבער די תלמוד תורה, האט מוהרא"ש דערציילט דעמאלט וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג ווען מען האט געגרינדעט די ערשטע ברסלב'ע בית המדרש אין וויליאמסבורג.
בימים ההם איז ברסלב געווען א נייע זאך וואס ווייניג האט בכלל געהערט דערפון, מען האט זיך דאן זייער געמוטשעט מיט מנין. מאכט זיך אמאל אז דער גבאי פון בית המדרש האט זיך אויסגערעדט פאר מוהרא"ש - וואס איז נאך געווען דאן א פרישער יונגערמאן - אז מען מוטשעט זיך זייער מיט צוזאמשטעלן מנין יעדן שבת אין בית המדרש. האט מוהרא"ש זיך צושמייכלט און זיך אנגערופן, "זארגט נישט, דא אין וויליאמסבורג וועט נאך זיין א ברסלב'ע תלמוד תורה", און ווען עס איז דעמאלט אריבערגעפארן דארט באסעס פון פארשידענע תלמוד תורה'ס, האט מוהרא"ש זיך אנגערופן צו אים, "דו זעסט די באסעס? אזוי וועלן ארום פארן באסעס וואס וועט שטיין אויף זיי "תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב".
פאר דעם גבאי'ן איז דאס געווען ווי א ווילדער חלום, און ער האט זיך אנגערופן צו מוהרא"ש, "איר חלומ'ט בהקיץ", יעצט - האט מוהרא"ש אויסגעפירט - זעט מען אז די חלום איז ברוך ה' מקוים געווארן.
מיטן אייבערשטנ'ס הילף האט זיך די תלמוד תורה גאר שטארק פארברייטערט און פארבעסערט במשך די יארן, צו די צופרידענהייט פון אלע עלטערן.
כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ!
 
📅 מכתב יומי פון ראש ישיבה (דריטע בריוו) איבער די ערשטע יארן פונעם חדר
📸 חומש סעודה פון ת"ת היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג - סיון תשע"ט
📰 חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש ברלסב וויליאמסבורג - סיון תשע"ט
📜 גארנישט איז נישט העכער פון מחנך זיין אידישע קינדער
📰 דער ראש ישיבה איז מחנך די קינדער וואס מיינט "א מעכטיגע פארשטעלאכטס"
📰 ווער ס'העלפט דעם רבין דערלייגט נישט
🎞️ חומש סעודה - תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב - א קרח תשע"ח
📸 א חנוכה מסיבה אין ברסלבע חדר אין וויליאמסבורג
📸 די לעכטיגע ברסלב קינדער טאנץ ל"ג בעומר אין חדר