עמוירדזשענסי "ורפא ירפא" קאמפיין - לרפואת יצחק בן פיגלא
יג כסלו תשפ"ב 📝
אין די יעצטיגע טעג ווערן אידן אנגעווארעמט צו א גאר קריטישע עמערזשענסי קאמפיין אונטערן נאמען "ורפא ירפא", מיט'ן ציל צו שאפן געלט צו קענען ראטעווען דאס לעבן פון אונזער טייערער חבר ר' יצחק בן פיגלא לרפואה שלמה במהרה.
אונזער טייערער באליבטער חבר ר' יצחק איז ליידער אנגעשטעקט געווארן מיט די וויירוס אויף גאר א שווערע פארנעם מיט צוויי חדשים צוריק, פון וואס זיינע לונגען זענען זייער שטארק אפגעשוואכט געווארן, און ער איז יעצט צוגעבינדן צו אן עקמא מאשין צו קענען אטעמען.
די משפחה און עסקנים האבן שוין אריין געלייגט איבערמידליכע כוחות און טוען ווייטער אלעס וואס מעגליך אים צו היילן, אבער פארשטייט זיך אז דאס שלעפט אריין אין ריזיגע געלטער, ביז עס איז געקומען צו א מצב וואס מען האט זיך שוין אריינגעלייגט אין שווערע חובות און מען זעט זיך נאך ווייטער מיט גאר גרויסע הוצאות וואס מען דארף באצאלן צו קענען אריינברענגען די ריכטיגע גרויסע ספעציעליסטן צו קענען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ברענגען צו זיין גאנצע רפואה ווי אמשנעלסטן.
עס מוז קריטיש געשאפן ווערן די סומע פון $250,000 צו קענען ווייטער אנגיין אז מיר זאלן נישט דארפן זיך אפשטעלן חס ושלום צוליב געלט.
מיר פארגעסן נישט ווי ר' יצחק האט געהאלפן אזויפיל פילע אידישע קינדער מיט זיין געוואלדיגע עקספערטיז, ווי פילע פון אונז קענען מעיד זיין. ער האט אוועקגעגעבן זיין לעבן צו העלפן אנדערע אידן מיט זיין גאנצע הארץ, ער האט געראטעוועט פילע חולי ישראל, און יעצט איז די צייט אים ארויסצוהעלפן.
ומכאן הקריאה יוצאת: טייערע אידן, עפנט אייער הארץ און קעשענע און געבט א ווארעמע נדבה אין די הצלת נפשות קאמפיין, מיט וואס מען וועט ווייטער טון וואס מען קען נאר צו ברענגען די ערווארטעטע ישועה און רפואה ווי שנעלער.
דער "ורפא ירפא" קאמפיין לויפט די וואך. מ'קען מנדב זיין אויפ'ן טעלעפאן 718-540-5728, אדער קען מען געבן אויפן וועבסייט charidy.com/vrapoi ווי מען קען זיך משתתף זיין לכבוד פילע טעימס.
דער עיקר דארף מען געדענקען ווייטער צו מתפלל זיין און נישט פארגעסן פון בעטן דעם אייבערשטן פאר א גאנצע רפואה פאר יצחק בן פיגלא, ער זאל זיין געזונט און שטארק ברמ"ח אבריו ושס"ה גידיו, פאר לאנגע געזונטע יארן.
רפאנו ה' ונרפא!
💳 דעם ראש ישיבה שליט"א'ס פיעדזש אויפן קאמפיין
📚 קונטרס get well soon פאר בלויז $1.49
📅 דער ראש ישיבה רופט מען זאל זיך משתתף זיין