אין ענגלאנד האט דער פארלאמענט באשטעטיגט א געזעץ וואס פארבאט פאר יעדן וואס איז געבוירן פונעם יאר 2008 למספרם און ווייטער צו קויפן לעגאל סיי וועלכע ציגארעטל אדער טאבאקע פראדוקט.
 
די בריטישע רעגירונג וויל דערמיט שאפן די וועלטס ערשטע "רייכערן-פרייע געזעלשאפט". וויבאלד זיי פארשטייען אז עס איז נישט רעאליסטיש צו פארבאטן רייכערן פאר יעדן איינעם אויפאיינמאל, האבן זיי אנשטאט דעם איינגעפירט א "ראלינג עלטער-פארבאט". דאס מיינט אז יעדעס יאר וועט די לעגאלע עלטער צו מעגן קויפן טאבאקאו ארויפגיין מיט איין יאר, אזוי אז די וואס זענען היינט אונטער 15-16 יאר וועלן קיינמאל נישט אנקומען צו די לעגאלע עלטער.
 
דער פארבאט נעמט אריין אלע טאבאקאו פראדוקטן, אריינגערעכנט ציגארן און אנדערע סארטן טאבאקאו וואס מען ניצט צום רייכערן. לויטן געזעץ וועלן געשעפטן וואס וועלן געכאפט ווערן פארקויפן טאבאקאו פאר די וואס זענען נישט ערלויבט, באקומען גרויסע געלט-שטראפן און זייער גאנצע סחורה וועט קאנפיסקירט ווערן.
 
כאטש דער נייער געזעץ איז בעיקר געצילט אויף טאבאקאו, לייגט עס אבער אויך שטארקע באגרעניצונגען אויף עלעקטראנישע סיגארעטן (וועיפינג), ווען פארשידענע פלעיווארס און קאלירפולע פעקעדזשינג וועלן פארבאטן ווערן.
 
עס זענען דא עטליכע צילן פארן פארבאט, אבער דער הויפט ציל איז געזונטהייט: רייכערן ווערט פארעכנט אלס די גרעסטע טויט-אורזאך אין רוב לענדער. לויט די סטאטיסטיקס פירט רייכערן צו הונדערטער טויזנטער פעלער פון יענע מחלה און הארץ קראנקהייטן ל"ע יעדעס יאר אין ענגלאנד.
 
אויך טענה'ט די רעגירונג אז די קאסטן וואס די "נאציאנאלע העלט סערוויס" (NHS) צאלט צו היילן די פילע מחלות ל"ע וואס קומען פון רייכערן, זענען פיל העכער ווי די שטייערן וואס דאס לאנד פארדינט פון טאבאקאו פארקויף.
 
וואס זאגט דער ראש ישיבה איבער רייכערן? "רייכער נישט, טו נישט די נארישקייט. דו ביסט א יונג קינד, א שאד פאר דיין לעבן. דער רבי האט נישט געוואלט מען זאל רייכערן (חיי מוהר"ן, סימן רעג, תעב), פארוואס זאלסטו דאס טון? איך וועל רעדן צו דיין מגיד שיעור ר' משה שמואל נרו יאיר, ער זאל דיך מחזק זיין אויף דעם אז דו זאלסט נישט רייכערן. רייכערן לופטערט נישט אויס, עס מאכט נאר מער אנגעצויגן; אויב דו ווילסט זיך אויסלופטערן - זאלסטו גיין הפצה, הפצה לופטערט אויס דעם מח; אנשטאט שטיין אינדרויסן פון ישיבה אדער פונעם בית המדרש און בטל'ן צייט - גיי הפצה."
 
איבער עלעקטראנישע ציגארעטלעך שרייבט דער ראש ישיבה: "זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט אוועקגעווארפן דאס עלעקטראנישע ציגארעטל. עס איז נישט גוט דאס עלעקטראנישע ציגארעטל, מען ווערט אזוי צוגעקלעבט צו דעם, אז וואו מען גייט און וואו מען שטייט דארף מען דאס האבן, השם ישמרינו. דו שרייבסט: 'איך האב אוועקגעווארפן דאס עלעקטראנישע ציגארעטל נאך אסאך אסאך תפילות'; טאקע נאר אזוי קען מען זיך אפגעוויינען פון שלעכטס, נאר דורך תפילה, מיט אסאך סבלנות, און בעטן דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל."
 
רייכערן ברענגט אויך מיט זיך גרויסע מכשולות פון חילול שבת און חילול יום טוב, אזוי ווי דער ראש ישיבה שרייבט: "רייכערן יום טוב איז חילול יום טוב. מוהרא"ש פלעגט זאגן אלע יארן ביי די דרשות אין אומאן אז רייכערן יום טוב איז חילול יום טוב (איין יאר האט זיך מוהרא"ש אויסגעדרייט צו זיין איידעם, דער דיין הרב משה עסטרייכער שליט"א, אים פרעגן אויב עס איז טאקע אזוי). דו ביסט געקומען רעדן צו מיר יום טוב און דו האסט געשטינקען פון סיגארעטלעך, דאס האט מיר זייער פארדראסן, דעריבער האב איך נישט געוואלט רעדן מיט דיר. יעצט אז דו זאגסט מיר אז דו נעמסט אויף זיך מער נישט צו רייכערן יום טוב, בין איך זייער צופרידן. עס האט מיר זייער געשטערט אז ביי אונז אין בנין רייכערט מען יום טוב. באניי זיך מיט'ן לימוד פון ח"י פרקים משניות יעדן טאג, און אויך מיט'ן זאגן דעם 'יום תהילים'; זיי נישט מוותר אויף די צוויי שיעורים, וועסטו זען גרויסע ישועות בגשמיות וברוחניות."