ענגשאפט קריזיס אין די מוסדות צווינגט דראסטישע שריט
ג אלול תשפ"ה 📝
גרשון קרעמער
דער שטעטל וואקסט קע"ה אויף א גאר שטארקע פארנעם, עס קומען צו כסדר פרישע קינדער, אזוי אויך צוען זיך ארויס אין שטעטל כמעט יעדע וואך פרישע משפחות. די הנהלה האט שוין געזען א יאר צוריק וואס עס קומט, און האט שווער געארבעט אויף פלענער צו קענען בויען א פרישע גרויסע בנין ביי די קארנער פון דעמען ראוד.
אבער ווי יעדע גוטע זאך, שטעלט דער סמ"ך מ"ם אראפ פיסלעך, און די אפרואוועלס צו קענען אנהייבן בנין האבן זיך פארצויגן אסאך לענגער ווי מען האט געמייט, און דערווייל ווייסט מען נישט ווען ווילאנג נאך מען וועט דארפן ווארטן דערויף. מען בעט טאקע אנשי שלומינו זאלן ווייטער מתפלל זיין מען זאל באקומען די ערלויבענישן צו קענען בויען.
אבער ביזדערווייל איז געקומען א מצב וואס מען קען שוין בשום אופן נישט ווארטן. בנין שבתי מזרחי און בנין משה איינהארן זענען שוין איבערגעפולט יעדע לעכל, און מען מוז "שוין" האבן נאך פלאץ, נאך "אסאך" פלאץ.
נאך אסאך תפלות, האט דער אויבערשטער אריינגעשיינט א געדאנק פאר די הנהלה, אז מען זאל אויף דערווייל אויפבויען א פרישע שטאק אויפן עקזיסטירנדן בנין "שבתי מזרחי", וואס וועט געבן די פלאץ פאר די הנהלה צו קענען "אטעמען" און ארבעטן דערווייל אויף די פלענער פאר'ן נייעם בנין וואס וועט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף נאכקומען.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן פון די באקאנטע באליבטע גבאי צדקה ר' שבתי מארקוס און ר' אשר בער אינדארסקי, זיי זאלן נעמען אויף זייערע פלייצעס אויך די אויפגאבע פון שאפן די מיליאן דאלער וואס דער פראיעקט איז געשאצט צו קאסטן.
מיט די הסכמה פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז איבערגעגאנגען און באקוקט אלע פלענער וועט מען צוליב די נחיצות פונעם פראיעקט, "שוין" אנהייבן צו בויען, און מיט'ן אויבערשטענס הילף וועט מען זיך אריינצוען דערין שוין קומענדיגן אנפאנג ווינטער זמן, זונטאג נח תשפ"ו - יא יא, אין ווייניגער פון צוויי חדשים פון יעצט.
לויט די פלענער וועט די פרישע שטאק אנטהאלטן 9,000 סקווער פיס, דערין וועלן זיין צען גרויסע לופטיגע קלאסן, אפיסעס, און אלע באדערפענישן.
די גבאים גייען שוין ארום פארקויפן די זכותים נצחיים פון קלאסן, וואס פילע זענען שוין פארקויפט. אבער יעדער פון אנשי שלומינו וועט זיכער מאכן בעז"ה צו כאפן כאטש עפעס א זכות אינעם בנין וואס וועט געבן הרחבת הדעת פאר צוויי הונדערט קינדערלעך תינוקות של בית רבן מיט זייערע געטרייע מלמדים.
הרחיבו מקום אהלך!