אנשי שלומינו דאנקען דעם אויבערשטן אז מען האט זוכה געווען צו קומען צום הייליגן רבי'ן פארגאנגענעם ראש השנה, און מען בעט דעם אויבערשטן אז מען זאל זוכה זיין אויך אויף קומענדיגן יאר ראש השנה תשפ"ה צו קענען אנקומען צום הייליגן רבין, מען בעט דעם אויבערשטן אז מען זאל נישט האבן קיין מניעות און קיין שטערונגען, אלעס זאל פארן על צד היותר טוב, סיי מצד די רעגירונגען, סיי מצד געלט, און אזוי ווייטער מען זאל קענען קומען און גיין געזונטערהייט און אויספועלן אלעס גוטס.
 
אלע וואס האבן מיטגעהאלטן פארגאנגענעם ראש השנה תשפ"ד האבן געזען אז דער בנין איז שוין איבערגעפולט על כל גדותיו, מען האט ב"ה שוין געקויפט עטליכע ריזיגע שטחים נעבן דעם בנין ווי מען וועט זיך קענען פארברייטערן מיטן אויבערשטענס הילף. אבער די מערסטע ענגשאפט האט זיך אנגעזען ביים עסן, אין די ערשטע יארן פונעם בנין פלעגט מען עסן אינעם גרויסן עס זאל אינעם בעיסמענט, ווי עס איז געווען גענוג פלאץ פאר אלעמען, אבער אין די לעצטע צוויי יאר האט מען בלית ברירה געמוזט פארוואנדלען דעם בית המדרש אין א דיינינג רום נאך יעדע תפלה, וואס איז א גרויסע דיעבד.
 
מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט מען בויען א נייע הערליכע בנין אויף איינע פון די שטחים דערנעבן, אבער ביזדערווייל האט דער ראש ישיבה באשלאסן וועט מען זיך ספראווען מיט דעם דורך א גרויסן טענט. אויף איינע פון די גיגאנטישע שטחים וואס די קהילה פארפיגט נעבן דעם בנין וועט מען אראפשטעלן א געהעריגע צעמענטענעם פלאר, אויף וואס מען וועט אויפשטעלן א באקוועמע ריזיגע טענט מיט גענוג און נאך פלעצער בהרחבה גדולה, אויפן פארנעם ווי אנדערע הכנסת אורחים טוען אין אומאן, וואס וועט מיטן אויבערשטנעס הילף צוגעבן צום הרחבת הדעת פון אלע וואס קומען אויף ראש השנה וויילן אינעם בנין. און דער בית המדרש וועט קענען פארבלייבן נאר לתורה ולתפלה במשך דעם גאנצן מעת לעת.