די פילע אנשי שלומינו וואס זענען געקומען פאריאר צום הייליגן רבין האבן טאקע געדארפט אריבערקומען זייער אסאך שוועריקייטן, אבער ברוך השם אז די גרעניץ איז דורך זייער גרינג און געשמאק ביי די אלע וואס זענען מיט געקומען מיטן פלען איט רייט נסיעה. אבער אויסער די עטליכע הונדערט וואס זענען געקומען מיטן פלען איט רייט גרופע זענען געקומען שווערע צענדליגע טויזנטע אידן מיט קארס, באסעס, און זענען געפארן צענדליגע שעות אויף די וועגן און אויף די שטעגן און האבן זיך מוסר נפש געווען אנצוקומען צום רבין אויף ראש השנה.
 
צום גרויס ווייטאג פון פילע האבן זיך די סאלדאטן וואס זענען געווען ביי די גרעניצן בכלל נישט גערעכענט מיט די שווערע טורח הדרך וואס די פילע זענען געפארן, זיי האבן זיך געארבעט רואיג און פויל, בשעת די פילע רייזענדע זענען שוין געווען ערשעפט און מיד פון די לאנגע וועג און האבן אזוי שטארק זיך שוין געוואלט זען ביים אכסני'. די זעלבע זאך האט זיך אפגעשפילט ביי די אלע וואס זענען געקומען מיט פריוואטע קארס און באסעס ווען זיי זענען אנגעקומען צום אריינגאנג פון אומאן האבן די סאלדאטן פריש אויפגעהאלטן אנשי שלומינו מיט נארישע זאכן, מען האט יעדעם געהייסן אויספאקן אלע רענצלעך און עס האט זיך געצויגן א רייע פון קארס שעות לאנג.
 
עסקנים פון אנשי שלומינו האבן זיך דאס יאר אריינגעלייגט אז דאס זאל זיך נישט דארפן איבערחזרן מיטן אויבערשטנס הילף. די אוקראינע רעגירונג זאגט צו אז זיי צו אז זיי גייען זיך רעכענען מיט דעם און גייען אנגרייטן גענוג באאמטע אין די צייטן וואס אנשי שלומינו פארן און קומען אין די טעג פון ראש השנה, און מיר זענען מתפלל אז אלע זאלן גרינג קענען אנקומען צום רבי'נס ציון אויף ראש השנה און פועלן אלעס גוטס.