עף בי איי כאפט צוויי שטארק געזוכטע גענג פירער פון מעקסיקא
כב תמוז תשפ"ד 📝
אין א גרויסע און קאמפליצירטע אפעראציע, האבן די עף בי איי אין צוזאמען ארבעט מיט נאך פילע לאקאלע און פעדעראלע געזעץ אינפארסירונג אגענטורן באוויזן צו כאפן און ארעסטיר צוויי לאנג געזוכט גענג פירער פון מעקסיקא. די גאנצע געגענט ליידט זיך שוין צוזאם פון די שעדליכע גענגס אין די געגענט און די ליידן גיסן זיך אריבער קיין אמעריקע ווען זיי שמוגלעך כסדר אריבער פארברעכער, דראגס און געווער קיין אמעריקע.
די צוויי פארברעכער זענען מעיא זאמבאדא, דער קא-גרינדער פון א גרויסע דראג באנדע, און וואקין גוזמאן דער נחת'ל פונעם שלעכט באקאנטן גענג פירער על טשאפא גוזמאן, וועלכע אמעריקע האט שוין באוויזן א צייט צוריק צו ארעסטירן.
די פארברעכער האבן אנגפירט זייער באנדע ביד רמה, אזש גאנץ מעקסיקא האט געציטערט פאר זיי, פאר יארן האבן זיי זיך באוויזן ארויסצודרייען פון געכאפט ווערן, ווען יעדער וואס איז געשטאנען אין זייער וועג האט זיך געמוזט "לייגן אדער בייגן"... דאס מיינט אז אדער האט מען זיך געדארפט לאזן אונטערקויפן דורך אפאר דאלאר שוחד, אז נישט איז מען איין טאג פשוט נעבעך אומגעקומען אין אן עקסידענט וכדומה. אבער דער אויבערשטער פירט די וועלט, און "סוף גנב לתליה", און כאטש האבן זיך געשפירט אזוי פארזיכערט אין מעקסיקא, און געשפירט אז זיי האבן שפיאנען און שליחים אין יעדע רעגירונג אגענטור, און אין יעדע פאליציי דעפארטמענט, האט דער אויבערשטער געפירט מען זאל זיי כאפן אין אמעריקע.
די אקציע איז דורכגעפירט געווארן מיט סוסקסעס נאכדעם וואס די עף בי איי האט זיי פארנארט צו פארן מיט א פליגער קיין על פאסא אין טעקסאס, וואו די אויטאריטעטן האבן זיי שוין אפגעווארט מיט א פאסיגע קבלת פנים, און זיי געפירט מיט גרויס פאראדע גראד צום טורמע. יעצט ווארט זיי אויס א גאר ערענסטע געריכט פראצעס, וואס וועט זיי געבן זייער פארדינטע עונש פאר זייערע פילע מעשים טובים, וואס רעכענט אריין אנפירן א מאפיא גרופע, מארדן, פארשפרייטן דראגס, שמוגלען פון מענטשן און נאך.
ווען מיר הערן איבער די פארברעכער וועלכע לעבן אין שוואויל טאג און אין רייכטום קען א מענטש ח"ו האבן א קשיא, איך דאווען איך לערן, איך היט תורה ומצוות, און איך פלאג מיך, איך קען קוים ברענגען ברויט צום טיש, יעדע ביל וואס קומט אן אין די פאסט ווערט א פרישע דאגה "כסף מנלן". מיר דארף גלייבן אין אויבערשטן און צואווארטן אויף די ישועה, נישט אנטלויפן פאר שלחן עורך, קען זיין אז באלד וועסטו זען ווי די רשעים באקומען זייער פארדינטע עונש, און דיין ישועה וועט אנקומען. און אפילו אויב מען זעט נישט די שטראף פאר די צרה לייט, דארפן מיר וויסן אז מיר מיט אונזער קליינע מענטשליכע מח קענען נישט באגרייפן הנהגת הבורא. אבער מיר גלייבן אז אויב מיר וועלן פאלגן די תורה און גיין אויף די ערליכע וועג וועט אונז גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.