צוליב די גרויסע נאכפראגע ביי אידן וועלכע לעכטצן נאך די עצות און חיזוק פונעם רבין וואס ווערט געשריבן דורך ראש ישיבה שליט"א אין די קונטרסים "עצתו אמונה" וואס קענען נישט ליינען קיין אידיש, נאר ענגליש, האבן זיך אריינגעלייגט אין די ארבעט עטליכע אידן מומחים במלאכה, איבער צו זעצן די בריוו אויף ענגליש. און עס האט באקומען דער נאמען "The Light of Emunah".
דער ענגליש רעדנדע ציבור באוואונדער די פראפעסיאנעלע ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט דערין, פון איין זייט זאל עס זיין פליסיג און גרינג, און פון די אנדערע זייט נישט אוועקצוגיין פון די ווערטער וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט.
גלייך נאדעם וואס עס איז ארויס פון דרוק עטליכע הונדערט שטיק, איז עס תיכף צוכאפט געווארן, און מען האט געדארפט איבער דרוקן, כדי נאכצוקומען דעם פארלאנג.
דאס איז אויסער די עצתו אמונה וואס ווערט איבערגעזעצט אויף לשון הקודש דורך די מערכת "חיזוק יומי המתורגם", וואס מאכט א געוואלדיגע ארבעט ביי די אידן וואס רעדן נאר לשון הקודש, און ווערט צוכאפט דורך זיי יעדע וואך.
די אידישע און די ענגלישע עצתו אמונה איז דא צו באקומען יעדע וואך א פרישע באנד, אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט., אזוי אויך קען מען עס באקומען ביי די מפיצים. אויך קענט איר עס באקומען דעליווערט צום טיר דורך רופן די מערכת "חיזוק צום טיר" 347-509-4908 וואס וועלן אייך צוברענגען צום טיר וואס איר דארפט, סידיס, קונטרסים, ספרים, עס די קארדס, א.א.וו.
דא אויפן וועבסייט קענט איר עס טרפען צו זען און צו דאונלאודען, אינטערן בלאט "ספרים". (לינק)
לא רעב ללחם, ולא צמא למים, כי אם לשמוע את דבר ה'