שטייענדיג אין שאטן פונעם פחד און פאניק וואס נעמט איין די וועלט פון די קאראנע וויירוס, זענען אידן זיך מחי' מיט די עצות און דיבורים פון הייליגן רבי'ן, וואס נאר ער האט די שפראך צו יעדן אידיש קינד, אין יעדן מצב, ער ברענגט אריין אמונה אין אידישע קינדער, אז מ'זאל זיך נישט שרעקן פון קיין שום זאך, וויסן אז קיין שום שלעכטס קען נישט פאסירן צו א מענטש אן א באפעל פונעם אייבערשטן אליין, מיר ליגן אלע אין די הענט פונעם אייבערשטן, נאר צו אים דארף מען זיך ווענדן, און נאר ער קען אונז העלפן, סיי ווען ס'איז דא א קאראנע וויירוס אויף דער וועלט, און סיי ווען נישט.
די מפיצים געבן איבער אז די ספרים, קונטרסים, גליונות, און סידיס, ווערן צעכאפט דורך יעדן איינעם, אידישע קינדער זענען זיך ממש מחי' און לעבן אויף, ווען זיי הערן און ליינען די ווערטער פון הייליגן רבי'ן, וואס בארואיגט דעם מענטש פיזיש און גייסטיש, זיך צו קענען ספראווען מיט די איבערפלוס פון פאניק וואס ווערט פארשפרייט אויף דער וועלט.
ספעציעל דער נייער קונטרס "קאראנע וויירוס", וואס איז שוין געווארן איבערגעזעצט אויף אידיש, ענגליש, און לשון הקודש, ווערט גאר שטארק צעכאפט דורך אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, דאס העלפט זיך צו קענען כאפן דעם אטעם, נישט צו ווערן אריינגעכאפט אין איבריגע אומזיסטע פחדים, פרובירן זיך אכטונג צו געבן אויף ווי ווייט מעגליך, און זיך איבערגעבן אינגאנצן צום אייבערשטן, פארמערן תורה און תפלה, און בעטן דעם אייבערשטן געראטעוועט צו ווערן פון אלעם שלעכטס.
די טעלעפאן ליניעס פון "קול ברסלב", ווערן איבערגעפילט מיט צענדליגע טויזנטער אריינרופער, וואס ווילן הערן די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס איז מחזק און מעודד אויף אמונה, ווי אזוי זיך שטארקן איבער די פחדים, און ווי אזוי געראטעוועט צו ווערן אין דעם שווערן מצב.
אויפ'ן פארלאנג פונעם ציבור האט מען געמאכט א ספעציעלע אפטיילונג אויף "קול ברסלב" איבער די קאראנע וויירוס, וואו מ'קען הערן הערליכע ניגונים איבער קאראנע, קורצע און לענגערע שיעורים איבער דעם וויירוס, עצות און חיזוק ווי אזוי זיך אומצוגיין. די נומערן פון "קול ברסלב" זענען 212-444-9191, אפסטעיט 845-351-0910, ענגלאנד 03303502361, ארץ ישראל 0797040066 - אנצוקומען צום קאראנא אפטיילונג דארף מען דרוקן 1 און דערנאך 1 און דערנאך 7.
לאמיר זיך שטארקן מיט די פשוטע אמונה, זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, וואס דאס איז די גאנצע סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט געברענגט דעם וויירוס, און אזוי וועלן מיר געראטעוועט ווערן פון אלע שלעכטס.
 
לך עמי בא בחדריך וסגור דלתיך בעדך, חבי כמעט רגע עד יעבור זעם!