אין די היינטיגע תקופה, גייט דורך אויף אידישע קינדער זייערע שווערע צייטן, נסיונות און דרוקענישן וואס ווייניג אין די פריערדיגע דורות האבן זיך געספראוועט דערמיט. די גוי'אישע גאס רייצט און רופט דאס יוגענט, עס זעט אויס ביי פילע בחורים און מיידלעך (און ליידער אויך ביי פילע פארהייראטע) כאילו "דארט" געפינט זיך דאס גליק, עס קען אויסזען ווי דארט קען מען טרעפן ווארימקייט און ליבשאפט, און ליידער רבים חללים הפילה, פילע זענען שוין פארכאפט געווארן אינעם נעץ פונעם סמ"ך מ"ם. עס פאלט ליידער שטיקער פון די שענסטע און בעסטע משפחות פון כלל ישראל.
 
אבער געלויבט דער אייבערשטער אשר לא השבית לנו גואל, דער אייבערשטער האט באשאפן די רפואה פאר די מכה, ווען פאר איבער צוויי הונדערט יאר האט ער אראפגעשיקט די נשמה פון הייליגן רבין צו אונזער וועלט, וואס דער הייליגער רבי אנשטאט צו קרעכצן און וויינען ווי ביטער דער דור איז, פארשטייט דער הייליגער רבי צום היינטיגן דור, ער האט די ווערטער און עצות וואס באלייכטן אונזער פינסטערע תקופה, און פארמאגט די אור אריינצושיינען יעדן טאג די ליכטיגקייט פון אידישקייט און פון אמונה אין באשעפער, די זיסקייט פון תורה ומצות, און די געשמאק פון פירן א אידיש לעבן אין אונז און אין אונזערע קינדער.
 
און מען זעט טאקע, אז די קונטרסים און בריוו פון ראש ישיבה שליט"א, וואס ענטפערט אויף די שאלות און קווענקלענישן וואס פלאגן אונזער דור - וואס די אלע תשובות זענען געבויט אויף די ווערטער פון מוהרא"ש זי"ע, רבי נתן זי"ע, און הייליגן רבין - ווערט וואס א טאג מער און מער צוכאפט, און אונזער דור שלינגט מיט דורשט די הייליגע ווערטער פון הייליגן רבין, וואס איז מחזק אונזערע צובראכענע הערצער און היילט אויס אונזערע וואונדן.
 
אין די יעצטיגע טעג און וואכן קומט שוין אן צו פילע הייזער יעדע וואך ערב שבת קודש די הייליגע קונטרסים "עצתו אמונה" אויף די פאסט, ווי זיי און זייערע משפחות זענען זיך מחיה יעדע וואך, לכבוד שבת קודש, און גיבט אין זיי אריין א חיות, א געשמאק אין אידישקייט, און עצות אויף פילע שוועריקייטן וואס זיי גייען דורך.
 
לכבוד חנוכה טוט קרן הדפסה היכל הקודש פראקלאמירן א ספּעשל, אז אויב מען שרייבט זיך איין צו באקומען די עצתו אמונה פאר א יאר, וועט מען עס באקומען פאר 4 וואכן בחנם.
 
א סובסקריבשאן פאר "עצתו אמונה" איז די שענסטע מתנה וואס איר קענט נאר געבן פאר זיך און פאר די קינדער, דאס איז א מתנה פון לעבן מיט אייבערשטן, א מתנה פון לעבן מיט די הייליגע תורה, א מתנה פון וויסן אז מען איז קיימאל נישט אליין נאר איך האב דעם באשעפער אייביג מיט זיך און איך קען מיך ווענדן צו אים, וואס דאס אלעס וועט זיי געבן א זיס לעבן אויף דער וועלט, און וועט זיי באגלייטן לעד ולנצח נצחים אויף יענער וועלט.
 
שרייבט אייך שוין איין. רופט 718-387-2961 עקסט. 102, אדער שיקט אן אימעיל צו subscribe@kerenhadfusa.org