עצתו אמונה צו באקומען אויף די פּאסט
א סיון תשע"ט 📝
די שאלות ותשובות "עצתו אמונה" זענען שוין ברייט באקאנט ביים היימישן ציבור איבער דער גארער וועלט. די שאלות ותשובות האבן געמאכט גאר א גרויסע מהפכה אויף דער וועלט, דער ראש ישיבה שליט"א באקומט טעגליך גאר אסאך ווענדונגען פון איבעראל צו ענטפערן יעדן מיט זיין שאלה און זיין פראבלעם, אידן טרעפן זיך אסאך מאל אין א פלאנטער און א צרה וואס זיי ווייסן נישט וואו אהין זיך צו ווענדן, "וועמען קען מען פרעגן אזא שאלה?" - פרעגן זיי זיך, אידן זוכן איינעם וואס פון איין זייט וועט ער קענען פארשטיין וואס דער היינטיגער דור מאכט מיט, צו וויסן די אמת'ע רעאליטעט, און פון די אנדערע זייט זוכט ער אויך נישט צו באקומען פון דעם כבוד און געלט א.ד.ג., און דאס איז וואס זיי טרעפן ב"ה ביים ראש ישיבה שליט"א, וואס האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע וויאזוי מ'דארף זיך באציען צו יעדן איד, און ארויסהעלפן יענעם, און זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס פראבלעם, און נישט קוקן אויף די אייגענע כבוד, נישט זאגן "אזא שאלה פאסט מיר נישט זיך צו באפאסן דערמיט", און נישט זוכן צו מאכן געלט אויף אידישע קינדער'ס צרות.
דער וועבסייט ווערט כסדר אפדעיטעד מיט די פילע שאלות ותשובות, וואס ווערן שפעטער געדרוקט אין א קונטרס אין וואס עס איז צוזאמגענומען אלע בריוו פון די וואך, סיי די טעגליכע בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט יעדן טאג פאר אלע תלמידים און אנ"ש, סיי בריוו געשריבן פאר יחידים, און בעיקר די שאלות ותשובות, וואו עס ווערט געענטפערט אלע אקטועלע שאלות וואס מענטשן פרעגן אן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין לעבן אין פארשידענע מצבים, און דאס ווערט געענטפערט מיט א קלארע דעת תורה און פראקטישן בליק, לויט'ן רבינ'ס עצות ווי אזוי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע.
דער וועכענטליכער קונטרס ווערט צעשפרייט דורך די מפיצים, און ווערט צוכאפט דורך אידן בכל מקומות מושבותיהם, וואס זענען זיך מחיה מיט די קלארע געשמאקע עצות אויף יעדן מצב.
אויך איז דער קונטרס דא צו באקומען יעדן סוף וואך אין ישיבה, און ווי אויך ווערט עס ארויסגעשיקט אויף בליץ פאסט אויפ'ן פארלאנג.
לעצטנס איז געווארן א גרויסע פארלאנג פון אידן אז זיי ווילן עס קענען באקומען אין א געדרוקטן פארמאט אויף די פאסט, דעריבער איז מיט פרייד אויפגענומען די נייעס אז עס וועט אי"ה זיין צו באקומען פון היינט און ווייטער אויך אויף די פאסט. צו באקומען קען מען זיך פארבינדען אויפ'ן נומער 845-200-1732.
עצתו אמונה פעולתו אמת!