לכבוד פסח וועט אויפגעוויקעלט ווערן א נייע הערליכע דייזין פאר די וועכענטליכע קונטרס "עצתו אמונה" וואס אנטהאלטן די בריוו פונעם ראש ישיבה, ווי ער איז מחזק און מעודד אידישע קינדער.
 
מיר דארפן נישט פארשטעלן פאר די ליינער וואס די בריוו מיינען, די גאנצע וועלט איז זיך מחי' מיט די הייליגע בריוו, די מפיצים גייען ארום אין אידישע הייזער און לאזן איבער די הערליכע בריוו מלא חיזוק און אמונה, פון וואס אלע לעבן אויף.
 
דער רבי האט אונז אויסגעלערענט אז התחדשות איז א גרויסע יסוד אין עבודת ה', א מענטש טאר זיך נישט לאזן אלט ווערן, מיר דארפן יעדן טאג פריש אנהייבן צו ווערן אן ערליכער איד. עס איז אויסגעקומען נישט לאנג צוריק צו באגעגען א איד וואס איז אויפגעוואקסן נעבעך אן קיין אידישקייט, ער איז געבוירן ביי א משפחה וואס די טאטע איז א קריסט און די מאמע איז להבדיל א פארבלאנדשזעטע אידישע טאכטער. דער איד איז לעצטענס נתקרב געווארן צו אידישקייט נאכן אריינבלאנדזשען איין שבת נאכמיטאג צו א אידישע געגענט. דער איד האט שוין געהאט א ברית און האט זיך אנגעהויבן צו לערנען די סאמע ערשטע יסודות פון אידישקייט. רעדנדיג צו אים האט ער געזאגט מיט אזא שמחה "איך האב שוין זוכה געווען צו קושן די תורה", ער האט עס געזאגט מיט אזא פרישקייט, אזא שמחה. דאס געבט איז "פוד פאר טהטאט", עס מאכט אונז טראכטן: היינט האב איך אפגעגאסן נעגל וואסער, געזאגט ברכת התורה, געליינט קריאת שמע, געווען אין מקוה, געלערענט א דף גמרא, געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהלים, געדאווענט מיט מנין, וואס רעכענט אריין קדיש, ברכו, קדושה, קריאת התורה, גערעדט אפאר ווערטער צום אויבערשטן, געזאגט א גוט ווארט פאר די ווייב. וואו איז אונזער פרישקייט? וואו איז די שמחה של מצוה? אז איך האב שוין זוכה געווען טויזענט מאל צו לייגן תפילין איז עס נישט קיין שמחה אז איך האב היינט געלייגט תפילין?
 
מיר זענען פארקראכן פון ענין, יעצט לכבוד פסח, וועלן די עצתו אמונה אויך באקומען א חיצונות'דיגע התחדשות, וואס וועט אונז דערמאנען זיך צו פרייען יעדע וואך אויף די הייליגע בריוו, זיין דאנקבאר דעם אויבערשטן, און מכיר טוב זיין דעם ראש ישיבה שליט"א אז ער לאזט זיך אראפ צו אונז און העלפט אונז שטייגן און דורכגיין די ברויזענדע כוואליעס פונעם לעבן.