עצתו אמונה חלק א' ווערט איבערגעדרוקט
כב טבת תשפ"ה 📝
דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר, "ווער עס וויל וויסן וואס דער ראש ישיבה האלט, זאל קוקן אין עצתו אמונה". דער ספר עצתו אמונה געבט חיות פאר אומצאליגע אידן איבער די וועלט, ווי יעדער וואס האט עס שוין געלערענט קען עדות זאגן. "עצתו אמונה איז מיין לעבן" הערט מען פון פילע אידן, "מיין עונג שבת איז צו לערנען עצתו אמונה".
אידן איבער די וועלט בכלל און אנשי שלומינו בפרט ווייסן אז אויב וויל מען קענען אנגיין, און טרעפן חיזוק און עצות אין סיי וועלכע מצב,טרעפט מען עס אין עצתו אמונה; די וועכענטליכע קונטרס עצתו אמונה איז יעדע וואך מחזק טויזענטער שטובער, אבער בפרט די הערליכע געבינדענע ספרים וואס מכון עצתו אמונה גיבט ארויס, גייט נישט אראפ פון טיש ביי טויזענטער אידן. די ספרים זענען כשמו כן הוא "עצתו אמונה", עס דערמאנט און לערנט אויס אז די עצה פאר יעדע פראבלעם איז צו גיין צום אייבערשטן.
עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן אפילו א טראפקעלע וואס עצתו אמונה האט שוין אלס אויפגעטון, וויאזוי איז מעגליך צו וויסן וויפיל הונדערטער טויזענטער אידן שעפן חיזוק פון עצתו אמונה, וויפיל זענען זיך מחי' אפן אדער באהאלטן דורך די בריוו וואס ווערט פארשפרייט אויף אלע מיני וועגן.
וואס יא? מיר קענען אפשאצן זיך אליינס און אריינטראכטן וויאזוי וואלט איך אויסגעזען אן עצתו אמונה, אנשי שלומינו קענען עדות זאגן אז זייער גאנצע טאג איז געבויט אויף וואס מען לערנט אין עצתו אמונה, די שטוב פירט זיך ווי ראש ישיבה לערנט אין עצתו אמונה, די קינדער הערן איין מאל און נאכאמאל "בעט דעם אויבערשטן" ביז עס גייט אריין אין זייערע ביינער, א דאנק זיי ליינען די שיינע מעשיות פאר קינדער אין עצתו אמונה.
אפילו דאס קען מען נישט ארויסברענגען גענוג, ווייל אויך די שול ווי איך דאווען ווערט געפירט מיט די אנווייזונגען וואס דער גבאי באקומט פון ראש ישיבה שליט"א אין עצתו אמונה, די מלמדים, און די הנהלה פון די מוסדות ווי מיינע קינדער לערנען באקומען כסדר חיזוק און עצות אויף חינוך פונעם הייליגן ספר עצתו אמונה.
יעצט איז די צייט וואס אנשי שלומינו קענען ארויסווייזן זייער הכרת הטוב צו עצתו אמונה און אין די זעלבע צייט זוכה זיין צו די אויסנאמליכע ישועות וואס מוהרא"ש זצ"ל האט צוגעזאגט פאר די וואס דרוקן אשר בנחל, און דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז דער זעלבער הבטחה גייט אן אויך פאר די וואס העלפן דרוקן די הייליגע ספרים פון עצתו אמונה.
מכון עצתו אמונה גרייט זיך יעצט איבערצודרוקן עצתו אמונה חלק א', און פילע אנשי שלימינו זענען זוכה צו קויפן זכותים אינעם הערליכען ספר. און ווי מען געבט אונז איבער פונעם מכון, איז נאך דא די זעלטענע גרויסע זכות פון אפקויפן די זכות מהדורה פונעם הייליגן ספר - חלק א'.
אזוי אויך האט מכון עצתו אמונה אנגעהויבן פארקויפן זכותים פאר אנשי שלומינו, צו קענען קויפן די "זכות מהדורה" פון די וועכענטליכע קונטרסים.