מיט פיל דאנק און לויב צום אייבערשטן איז יעצט פארטיג געווארן די ארבעט פון דרוקן און מסדר זיין דער פיפטער חלק "שאלות ותשובות עצתו אמונה".
אין די זעלבע צייט וואס דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיינע שטערקסטע כחות אריינצוברענגען אלע נסיונות און דיעות כוזבות פון די גויאישע גאס אריין אינעווייניג אין אונזערע אפגעהיטענע שטובער, אויף אלע אופנים, זה לעומת זה עשה ה', חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, האט דער אייבישטער אראפגעשיקט פאר אונזער דור אזא לעכטיגקייט, דער הייליגער רבי מיט זיינע הייליגע תלמידים. וואס מיט זיינע הייליגע עצות און וועגן, זענען שוין הונטערטער אויפגעראכטן געווארן, און געראטעוועט געווארן פון שווערע פלאנטערנישטן. און מען זעט טאקע ווי דער ראש ישיבה'ס טיש ווערן כסדר פארפלייצט מיט שווערע הונדערטע שאלות פון אלע עקן וועלט, ווי אידן לעכצן צו הערן דער דעת תורה, וואס דער אייבישטער וויל אז זיי זאלן טון אין זייער מצב. און דער ראש ישיבה שליט"א לייגט זיך אריין אין זייער מצב, און ענטפערט יעדעם דבור דבר על אופניו, און באלייכט זיי דעם וועג, צו וויסן וואס צו טון, לויט ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט עס מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע.
דער באנד אנטהאלט כמעט הונדערט בריוו איבער כלערליי אקטועלע נושאים, צווישן זיי (ע"פ א"ב):
אומאן, אידיש געלט, אינטערנעט, אמונה, אמונת חכמים, אשר בנחל; בארד און פאות, בחור, בין אדם לחברו, ברכת המזון; געמבלינג; דרשות; הדרכות, היטן די צייט, הלכה, התחזקות; חברים, חובות, חומרות, חיזוק פאר מיידלעך, חיזוק פאר פרויען, חינוך הילדים, חסידות ברסלב, חתונה; טערעפי, טשעפען; יבנאל, יום כיפור; כיבוד אב ואם; לימוד התורה; מאוויס, מוהרא"ש, מוהרנ"ת ז"ל, מחלוקת, מחשבות, מנהגים, מעביר סדרה, מקוה, משניות, משפחה; ניגונים, נעגל וואסער; סגולות, סדר דרך הלימוד, סוכות, סיפורי צדיקים, סמארטפאון, ספיקות, ספרי ברסלב; עבודת השם, עצות; פחדים, פירושים, פרנסה; צדיקים, צדקה, צניעות, צרות; קאמפיוטער, קדושה, קינדער, קללות; ראש השנה, רפואה; שאלות, שבת קודש, שידוכים, שיחות, שלום בית, שמחה, שמירת עינים; תהלים, תודה והודאה, תיקון הכללי, תמימות, תפילה והתבודדות, תפילות אויף אידיש, תשובה, תשעה באב.
די אלע בריוו (חלק ה' אנטהאלט די בריוו פון כ' סיון שנת ה'תשע"ח ביז י' מר-חשון שנת ה'תשע"ט) זענען ברוך השם יעצט צוזאם גענומען געווארן, און הערליך מסודר געווארן צום דרוק.
יעצט האט איר דער לעצטער געלגענהייט צו קויפן א זכות אינעם ספר, רופט 347-831-1391. און כאפט אריין איידער עס גייט צום דרוק. דער זכות וועט זיכער צוניץ קומען צו געהאלפן ווערן מיט אלעס גוטס.
שאלות ותשובות עצתו אמונה חלק ה' וועט בעז"ה אין די נאנטע וואכן זיין צו באקומען אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט. און ביי די מפיצים.
צדקתך צדק לעולם ותורתך אמת