מיט גרויס פרייד נעמען אויף אנשי שלומינו די גוטע נייעס אז דער נייסטער באנד עצתו אמונה חלק ז' איז היינט אנגעקומען צום בית הדפוס, און ווערט שוין פארשפרייט און געשיקט צו אדרעסן לויטן פארלאנג.
 
דער הייליגער ספר עצתו אמונה זענען בריוו געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א סיי שאלות און תשובות און סיי די אנדערע בריוו געשריבן פאר אידן פון איבער די גאנצע וועלט אין אלע מצבים פון לעבן, ווי דער ראש ישיבה ענטפערט פאר די שואלים בטוב טעם ודעת אויפן וועג פונעם הייליגן רבין ווי געלערענט ביי מוהרא"ש זי"ע.
 
די הייליגע בריוו האבן שוין באלאכטן אן א צאל אידישע קינדער, און געראטעוועט פילע שטובער פון אונטערגאנג ברוחניות ובגשמיות. עס האט שוין אויפגעהויבן פילע ערליכע אידן מיט עצות און הדרכה צו ווערן נענטער צום אויבערשטן, צי דורך די עצה פון גיין אויף א שפאציר און זיך אויסשמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, צי דורך די זיסע עצה פון סדר דרך הלימוד און "זאגן" גמרא און משניות טאג טעגליך וואס האט שוין צוגעבינדן טויזנטער אידישע נשמות צום אייבערשטן און זיין הייליגע תורה. דער הייליגער ספר ראטעוועט טאג טעגליך אידישע שטובער דעם שלום בית, ווען אידן נעמען טעגליך א טעגליכע דאזע פון התחקות און עצות, און ווערן דערמאנט דורך די הייליגע בריוו צו האבן סבלנות אין שטוב, רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, און נישט אויפגעבן.
 
אומצאליגע אידן איבער די וועלט שלינגען מיט דורשט די הייליגע בריוו, און מאכן זיך א חוק קבוע צו לערנען יעדן טאג א פארציע פון דעם הייליגן ספר, וואס איז זייער פלייצע און חיזוק זיך צו האלטן שטארק, איז זייער פאנצער פאר אלע זייערע שווערע נסיונות, און איז זייער מעדיצין פאר אלע זייערע גייסטישע פראבלעמען.
 
יעצט אז דער ספר איז שוין ב"ה אנגעקומען צום בית הדפוס, איז דער שטאב שטארק פארנומען ארויסצושיקן די ספרים צו אלע וואס האבן עס באשטעלט.
 
אויך איז יעצט דא די זעלטענע געלעגענהייט זיך איינצוקויפן זכותים נצחיים אין די קומענדיגע בענדער "עצתו אמונה". צו קויפן א זכות רופט אדער טעקסט הר"ר ישעי' איידליס הי"ו, אויף 347-831-1391. פון אויסלאנד קען מען זיך פארבינדן דורכן אימעיל Maebreslev@gmail.com.