מיט גרויס פרייד נעמען אנשי שלומינו אויף די נייעס אז "עצתו אמונה" חלק ט' - שאלות ותשובות פונעם ראש ישיבה שליט"א, אינעם הארטן דעקל פארמאט איז שוין ארויס פון דרוק און איז אויפן וועג מיטן שיף קיין אמעריקע, און וועט זיין צו באקומען אין געציילטע וואכן ביי הדפסה און ביי די מפיצים, די אלע וואס האבן געהאט די זכי' צו נעמען א חלק אין ארויסגעבן דעם ספר וועלן עס קענען באקומען פונעם ראש ישיבה שליט''א. 
 
ווער עס האט שוין געזען אמאל דעם ספר, און זוכה געווען צו לערנען אינעם הייליגן ספר, דארף מען שוין נישט ערקלערן פון וואס מען רעדט. אין דעם הייליגן ספר טרעפט יעדער זאכליכע ענטפערס אויף אלע שאלות און ספיקות מיט וואס יעדער מוטשעט זיך. און דער ראש ישיבה ענטפערט פאר די שואלים בטוב טעם ודעת אלעס בלויז מיטן תורה'דיגע צוגאנג געבויט אויף די הייליגע ווערטער פון חז"ל, פוסקים, פון הייליגן רבי'ן און זיינע הייליגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז איבערגעגעבן.
 
די הייליגע בריוו האבן שוין באלויכטן אן א צאל אידישע קינדער, און געראטעוועט פילע אידישע שטובער פון אונטערגאנג ברוחניות ובגשמיות. עס האט שוין אויפגעהויבן פילע ערליכע אידן מיט עצות און הדרכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, דורך גיין אויף א שפאציר און זיך אויסשמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, און צוגעבינדן טויזנטער אידישע נשמות צום אייבערשטן און זיין הייליגע תורה, מיט די זיסע עצה פון סדר דרך הלימוד און זאגן גמרא און משניות טאג טעגליך. עס ראטעוועט טאג טעגליך אידישע שטובער דעם שלום בית, ווען אידן נעמען טעגליך א טעגליכע דאזע פון התחקות און עצות, און ווערן דערמאנט דורך די הייליגע בריוו צו האבן סבלנות, און רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, און נישט אויפגעבן.
 
און אזוי ווייטער איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע סארט שאלות און ספיקות וואס ווערן אזוי שיין און הערליך אויסגעקלארט אין די בריוו. און בכלל זענען די בריוו פול מיט התחזקות פאר יעדן איד אין יעדן מצב, מען זאל זיך נישט פארלירן, און געדענקען אז די איינציגסטע פלאץ צו וואו צו אנטלויפן איז נאר צום אייבערשטן. מען זאל גיין צו א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און זיך דארט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף אידיש, וואס נאר ער קען און וועט העלפן.
 
הונדערטער אידן איבער די וועלט שלינגען מיט דורשט די הייליגע בריוו, און ביי זיי איז א חוק קבוע צו לערנען יעדן טאג א פארציע פון דעם הייליגן ספר, וואס איז זייער פלייצע און חיזוק זיך צו האלטן שטארק, און איז זייער פאנצער פאר אלע זייערע שווערע נסיונות, און איז זייער מעדיצין פאר אלע זייערע גייסטישע פראבלעמען.
 
מ'קען בעז"ה מיטהאלטן די פארשריט פון ספרי מכון עצתו אמונה ביים "מרישא ועד גמירא" פלאטפארם צום סוף פונעם וועכנטליכער קונטרס "עצתו אמונה".
 
אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!