מכון עצתו אמונה גייט אן מיט'ן גאנצן פרישקייט, מען געבט ברוך השם איין באנד נאכן צווייטן. אין די יעצטיגע טעג האט דער מכון געלאזט וויסן, אז חלק י' איז שוין ארויס פון דרוק, און וועט בקרוב פארטיילט ווערן פאר די חשובע נדבנים.
 
אבער אין די זעלבע צייט לאזט מען נישט אפ די פריערדיגע בענדער, ברוך השם געלויבט דעם אויבערשטן אז די ספרים גייען זייער שטארק, די מפיצים זאגן אז עס איז דא א שטארקע פארלאנג, און כאטש מען האט געדרוקט גאר אסאך פון די ערשטע בענדער זענען שוין פילע בענדער מער נישטא צו באקומען. אין די יעצטיגע טעג גרייט מען זיך אויך איבערצודרוקן די ערשטע באנד וועלכע איז שוין נישטא צו באקומען פאר א לענגערע וויילע.
 
עס איז אינטערעסאנט צו זען א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אום חודש אלול שנת תשע"ט, ווען מען האט געדרוקט עצתו אמונה חלק א' דעם ערשטן מאל, שרייבט דער ראש ישיבה צווישן אנדערע אז מען זאל דאס דרוקן און איבערדרוקן.
 
"לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע בשורה אז עס איז יעצט ארויס פון דרוק די ערשטע חלק פון ספר "עצתו אמונה", שאלות ותשובות וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו ענטפערן פאר בחורים און מיידלעך, זיי מחזק זיין זיי זאלן נישט זיין ביי זיך געפאלן און אויפגעגעבן, נאר זיי זאלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.
 
באמת האב איך גארנישט מחדש געווען, איך האב נאר גענומען די ווערטער וואס מוהרא"ש האט מיט אונז געלערנט, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן און דאס אראפגעשריבן אויף א שפראך וואס די היינטיגע דור פארשטייט, אבער אלעס וואס שטייט אין די בריוו איז פון מוהרא"ש; עצות און הדרכה פון הייליגן רבי'ן.
 
שטארק זיך ווייטער מיט די הייליגע ארבעט, ווייטער אנגרייטן און מגיה זיין די בריוו פון עצתו אמונה און דאס דרוקן און נאכאמאל דרוקן. וואויל איז פאר אלע וואס העלפן דרוקן די ספרים וואס איז מחזק אידישע קינדער, דער וועט זוכה זיין צו די הבטחה וואס מוהרא"ש האט מבטיח געווען פאר ווער עס וועט דרוקן דעם ספר אשר בנחל, אז מען וועט זען גרויסע ישועות.
 
א כתיבה וחתימה טובה"
 
עס איז יעצט דא דער געוואלדיגער געלעגענהייט צו קענען קויפן א זכות ווען מען דרוקט דעם הייליגן ספר וועלכע גייט צום דרוק ממש בקרוב, רופט שוין מוה"ר ישעי' איידליס הי"ו אויף: 347.831.1391 אדער מוה"ר שמואל אייכנשטיין הי"ו אויף: 917.589.3382.
 
גלייכצייטיג טוט מכון עצתו אמונה מעלדן אז מען קען נאך קויפן דעם זעלטענעם "זכות מהדורה".
 
דער זכות פון העלפן דרוקן די הייליגע ספרים וואס זענען מגלה און מפרסם דעם אויבערשטן וועט זיכער מגין זיין פאר אלע משתתפים צו פארשריבן ווערן מיט א כתיבה וחתימה טובה און א זיס געבענטשט יאר.