עצתו אמונה חלק י"ב ווערט צוגעגרייט צום דרוק
טז אדר תשפ"ו 📝
מיט פיל דאנק און לויב צום אייבערשטן, מעלדט דער קרן הדפסה אז זיי גרייטן זיך שוין צום דרוק פונעם צוועלפטן באנד פונעם ספר "עצתו אמונה", געשריבן געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א.
דער ספר איז א ליקוט פון בריוו שאלות וואס זענען געשיקט געווארן צום ראש ישיבה שליט"א, און טרעפליכע ענטפערס קולע אל השערה, פראקטישע עצות על פי תורה, וויאזוי מען זאל זיך קענען ספראווען מיט די טאג-טעגליכע פראבלעמען וועלכע אידן באגעגענען זיך כסדר. די אלע בריוו זענען טאקע געשריבן געווארן דורך א פערזענליכע שאלה, אבער זיי רעדן צו יעדן איד באשר הוא שם. אלע זענען עדות ווי מען שפירט אז די בריוו רעדן צו זיי, צו זייער הארץ און נשמה, און זענען בכח איבערצודרייען א מענטש אז ער זאל פריש אנהייבן און טרעפן דעם ריכטיגן וועג צו שלום בית, חינוך, שמירת עינים, לימוד התורה, שמחת המצות, אמונה פשוטה און אזוי ווייטער, צו קענען זיין אן ערליכער איד אין 2026 למספרם מיט אלע יצר הרע'ס און פראבלעמען.
עס העלפט נישט גארנישט פאר'ן סמ"ך מ"ם, טראץ וואס ער פארלייגט זיינע שטערקסטע כוחות אריינצוברענגען אלע נסיונות און דיעות כוזבות פון די גויאישע גאס אריין אינעווייניג אין די מערסט אפגעהיטענע שטובער, אויף אלע אופנים, אבער דער אויבערשטער פארלאזט אונז נישט. זה לעומת זה עשה ה', חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, דער אייבערשטער האט אראפגעשיקט צו אונזער דור אזא לעכטיגקייט, דער הייליגער רבי מיט זיינע הייליגע תלמידים. און מיט די הייליגע עצות און וועגן, ווערן כסדר טויזנטער אידן אויפגעראכטן, און ווערן געראטעוועט פון שווערע פלאנטערנישן.
דערפאר זעט מען ווי דעם ראש ישיבה'ס טיש ווערט כסדר פארפלייצט מיט הונדערטער שווערע שאלות פון אלע עקן וועלט, וויבאלד אידן לעכצן צו הערן וואס די תורה זאגט, וואס וויל דער אייבערשטער אז מען זאל טון אין זייער מצב. דער ראש ישיבה שליט"א לייגט זיך אריין אין זייער מצב, און ענטפערט יעדן דבור דבר על אופניו, און באלייכט זיי דעם וועג, צו וויסן וואס צו טון, לויט ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט עס מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע.
די אלע בריוו ווערן יעצט ברוך השם צוזאמגענומען, און וועלן ווערן הערליך מסודר און גרייט צום דרוק.
דער יעצטיגער באנד טראגט דעם נאמען "מהדורת יאקאבאוויטש" נאכ'ן נדבן פונעם באנד מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו. עס זענען נאך אפן פילע זכותים אינעם ספר, און יעצט האט איר אויך די געלעגנהייט צו קויפן א זכות. רופט דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה אויף 347-578-4449 און כאפט אריין איידער עס גייט צום דרוק. דער זכות וועט זיכער צוניץ קומען צו געהאלפן ווערן מיט אלעס גוטס.