עצתו אמונה נעמט שוין אן בריוו דורך די פאסט

יב שבט תשפ"ה 📝
ווען מו"ה יואל הכהן ראזענבערג הי"ו האט געבעטן דעם ראש ישיבה אז ער וויל צולייגן א קנעפל אינעם וועבסייט צו קענען פרעגן שאלות, כדי דער ראש ישיבה שליט"א זאל עס קענען ענטפערן, האט קיינער נישט געחלומ'ט ווי ווייט עס וועט אנקומען. מען האט געמיינט אז עס וועט קומען עטליכע שאלות דא און דארט, און מיט דעם איז עס פערטיג. למעשה ווען די בריוו זענען ארויס אויף דער וועלט האט עס געשלאגן ווארצלען גאר ווייט, די זיסע ענטפערס קולע אל השערה, תורה'דיג פראקטיש האט געטון דאס זייערע און האט זיך פארשפרייט אויף די גאנצע וועלט, און היינט צו טאגס קומען אריין הונדערטער בריוו יעדע וואך, מיט שאלות און ספקות אין אלע אספעקטן פון לעבן, גאר אסאך פון זיי איז דער ראש ישיבה דער איינציגסטער אדרעס וואס אקצעפיטרט בכלל אזעלכע שאלות, און דער ראש ישיבה שליט"א ענטפערט פילע פון די בריוו, עד מקום שידו מגעת על פי דרך התורה והיראה, עצות און הדרכות נישט פון די גוים, נאר פון די פריערידיגע צדיקים נ"ע, און ווער עס האט נאר פרובירט די זיסע לעבן פון אמונת חכמים און פאלגן וואס די צדיקים האבן געזאגט געניסט פון אירע געשמאקע פירות יעדן טאג.
ווי געזאגט האט זיך עס אנגעהויבן פון א קנעפל אויפן וועבסייט, וואס גייט נאך אן ביז היינט, און מען קען פרעגן א שאלה פונעם ראש ישיבה שליט"א דורך די וועבסייט https://breslevcenter.com/answers און דרוקן אויף "פרעג א שאלה"
אבער נאכדעם וואס עס איז אריינגעקומען פילע בקשות פון אידן וואס האבן נישט קיין צוטריט צו קיין קאמפיוטער, אבער ווילן אויך באקומען פון די שיינע לעבן וואס היכל הקודש אפערט, האט דער ראש ישיבה צוגעשטימט אז מען קען עפענען א פאסט אפיס באקס, ווי מען וועט קענען אריינשיקן פאפריענע בריוו.
דער אדרעס צו פונעם פאסט באקס איז:
Mechon Atzusoi Eminu
PO Box 646 14 Chestnut St.
Liberty, NY 12754
די פאסט פונעם פאסט קעסטל וועט בעזרת השם ווער אויפגעפיקט כסדר, און וועט ווערן איבערגעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, וואס וועט בעז"ה ענטפערן.
אז מען רעדט שוין פון די עצתו אמונה בריוו, האט אויך דאס באקומען א שטיקל חידוש אין די לעצטע וואכן, דהיינו אז מען פארקויפט א "זכות מהדורה" פון די וואך. דער געדאנק איז ארויפגעברענגט געווארן דורכ'ן גבאי צדקה פונעם מכון, מו"ה שמואל אייכענשטיין הי"ו, וואס האט געזען אז מענטשן ווילן געבן געלט, אבער זוכן א כלי צו שפירן אז מען געבט עס פאר א זאך, האט מען דעריבער איינגעפירט אז מען קען אפקויפן די גרויסע זכות פון די וועכענטליכע קונטרסים, וואס דער זכות איז אומשאצבאר.