"עצתו אמונה פארברענג" אין וויליאמסבורג
ז אדר א' תשפ"ב 📝
דאס פייער פון הייליגן רבי'ן ברענט וואס א טאג שטערקער און שטערקער איבער די גאנצע וועלט, די לימודים און עצות פון הייליגן רבי'ן ווערן מער און מער פארשפרייט, אזויפיל אידן איבער דער גארער וועלט זענען זיך מחי' מיט די ספרים, קונטרסים, און גליונות, מען באקומט גאר אן אנדערע סארט בליק אין לעבן, און אלעס טוישט זיך אזוי שיין צום גוטן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, ווען מען איז זוכה צו שפירן די זיסקייט פון הייליגן באשעפער, וואס דער רבי ברענגט אריין אין אונז.
ספעציעל די שיעורים און בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, זענען גאר שטארק אויפגעכאפט ביי אלע אידישע קינדער, די עצות פון הייליגן רבי'ן, ווי מוהרא"ש האט עס געלערנט מיט אונז, ווערן אראפגעלייגט אויף אזא שיינע קלארע און גרינגע וועג אין די שיעורים און בריוו, ספעציעל געאייגנט פאר'ן היינטיגן דור, מיט די היינטיגע נסיונות און שוועריקייטן; דאס געבט א וועג פאר יעדן איד אין יעדן מצב זיך צו קענען דערהאלטן מיט א שטארקייט, איבערקומען אלע איבערגייעכצער, און צוריק קומען צום אייבערשטן.
אין פילע שטעט איבער די גאנצע וועלט עפענען זיך כסדר נאך און נאך בתי מדרשים "היכל הקודש", וואו עס קומען זיך צוזאם חברים וואס טרינקען אלע פונעם זעלבן הייליגן און לויטערן קוואל, און זענען זיך מחזק אינאיינעם מיט די זיסע עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן, לויט ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז.
און די זעלבע איז מיט די חבורות היכל הקודש; כאטש וואס מען וואוינט ווייט, זענען אבער די הערצער נאנט, אין גאר אסאך שטעט קומען זיך צוזאם תלמידי היכל הקודש איין מאל א וואך, מען זינגט ניגוני אמונה, מען דערציילט מעשיות פון תפלה, מעשיות פון הפצה, מעשיות ווי אזוי מען האט זוכה געווען מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן, און ווי אזוי די גאנצע לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן, און אזוי שטארקט מען זיך צוזאמען אין עבודת ה'.
גלייכצייטיג מאכט מען ביי די חבורות פילע סיומים, וואס מען איז זוכה צו לערנען און מסיים זיין דורכ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן. קנאת סופרים תרבה חכמה, מען לערנט זיך איינער פון צווייטן ווי אזוי זיך צו שטארקן אין תורה און תפלה, אין אמונה און יראת שמים, און אזוי ווייטער מיט אלע גוטע זאכן. אין ארץ ישראל זענען שוין דא היינט וועכנטליכע חבורות אין אלע היימישע געגנטער, און די זעלבע איז אין ענגלאנד און אין קאנאדא, און אין נאך פילע אידישע געגנטער איבער די גאנצע וועלט.
דאס איז אבער נישט געווען ביז היינט אין אמעריקע, און דעריבער איז גרויס די פרייד ביי אנשי שלומינו אז מען האט אנגעהויבן מאכן חבורות אויך אין אמעריקע. די וואך איז פארגעקומען די ערשטע "עצתו אמונה פארברענג" אין שטוב פון איינער פון די חברים אין וויליאמסבורג, א שיינער ציבור אנשי שלומינו איז זיך צוזאמגעקומען דעם מאנטאג נאכט צו פארברענגען אינאיינעם פאר א שעה, מען האט געזינגען ניגוני אמונה, די אידישע ניגונים וואס שלעפן צוריק א איד צום אייבערשטן, מען האט געשמועסט פון שיינע מעשיות פון תפלה און הפצה, און זיך געטיילט איינער מיט'ן אנדערן מיט די טייערע און ליכטיגע ירושה פון הייליגן רבי'ן.
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט ער ווייטער אנהאלטן יעדע וואך, מען וועט זיך צוזאמקומען און זיך מחזק זיין, און שעפן פרישע כוחות אנצוגיין מיט'ן דינען דעם אייבערשטן בשמחה ובטוב לבב.
איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק!
🎭 פורים קאלעקשאן אויף ברסלב סענטער