עצתו אמונה פארברענג אין מאנסי
יט אדר א' תשפ"ב 📝
פאריגע וואך דינסטאג איז געווען א שיינע פארברענג אין מאנסי אין שטוב פון מו"ה זושא פריעדמאן הי"ו, ווי אנשי שלומינו פון די גאנצע אומגעגענט זענען געקומען און פארברענגט בשבת אחים און האבן געשמועסט מעשיות פון תפלה, מעשיות פון הפצה, מען האט זיך מחזק געווען מיט די עצות פון רבין און מיט די ווערטער פון ראש ישיבה וויאזוי מען קען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, מען האט גערעדט איבער די גרויסע מתנה וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן פון רעדן צום אייבערשטן, מען האט גערעדט איבער די מתנה פון סדר דרך הלימוד, און די גרויסע הצלחה וואס מען האט אין לערנען ווען מען פרובירט עס נאר אויס. מען האט גערעדט איבער די וויכטיגקייט פון רעדן שיין צו די ווייב, און די גרויסקייט פון שלום בית.
מו"ה שאולי גאנץ הי"ו האט פארציילט גאר אינטערעסאנטע און באלערענדע מעשיות פון תפלה, וואס האט שטארק איבערגענומען דעם ציבור.
איינער פון אנשי שלומינו האט לכבוד חודש אנגעהויבן מיט א ווערטל: איינמאל זייענדיג אין בית המדרש אינדערפרי ביי שחרית, זע איך א אינגערמאן מיינס א ידיד, אינגאצן צוביילט און צוקלאפט, האב איך אים געפרעגט "פייוול, וואס איז געשען? וואס גייט פאר מיט דיין קאפ?" האט ער מיר געענטפערט, "קום ארויס אין גאס, איך וויל דיר עפעס ווייזן", ער קומט ארויס אין פארנט פון בית המדרש, און ער ווייזט מיר אויף איינע פון די גרויסע אייזענע "לייט פּאָולס", און פרעגט מיר "זעסט דאס?", זאג איך אים "יא", "איך" זאגט מיר דער אינגערמאן "האב דאס נישט געזען...", לענינו האט דער אינגערמאן אויסגעפירט, איך זע א חבר אין בית המדרש, וואס איך קען אים נאך פון ישיבה, א וואוילער א פיינער, אבער זיין שלום בית טויג נישט. מען פליקט זיך, מען שטעכט זיך, און מען קומט זיך נישט אויס. פרעג איך אים: "וואס גייט פאר מיט דיר, ביסט דאך א וואוילער און פיינער אינגערמאן, פארוואס זעט זיין שלום בית אזוי אויס?", דער אינגערמאן, אנשטאט אן ענטפערט שלעפט ער ארויס פון טאש א קארטל מיט די נומער פון קול ברסלב, און פרעגט מיר "זעסט דעם נומער? איך האב דאס נישט געזען..."
דערנאך איז געווען אן אפיעל פארן כולל, ווי אינגעלייט וואס זענען מקיים דעם "ישא אשה ואחר כך ילמד תורה", זיצן באהלה של תורה מיט א ריינעם מח, לערנען פלייסיג און זענען זיך משלים אין אלע מקצועות התורה. אנשי שלומינו האבן זיך זייער ווארעם אנגערופן, און עס זענען אריינגעקומען גאר שיינע נדבות.
מען קען זיך פארבינדן מיט ר' משה אריה פאר נדבות פאר כולל אויף 347-675-8187 אדער אויפן וועבסייט thekolel.com.
💳 זיך צו משתתף זיין און נעמען א חלק אינעם כולל
📰 עצתו אמונה פארברענג אין וויליאמסבורג