דער אלעמען באקאנטער קרן הדפסה היכל הקודש גייט ווייטער אן מיט זייער הייליגע ציל פון דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים. פילע ספרים ווערן כסדר געדרוקט מיט די גאנצע פלייס, און אידן פון איבער די גאנצע וועלט צוכאפן עס און זענען זיך מחיה מיט די אלע הייליגע ספרים.
 
אויסער די פילע נייע ספרים און קונטרסים אויף מען ארבעט יעדן טאג, מאכט מען זיכער מיטן אויבערשטענ'ס הילף אז אין די ימים טובים ווען עס איז דא א ספעציעל גרויסע פארלאנג פאר ספרים מענינא דיומא, אז די  שעלפס זאלן זיין אנגעפילט גרייט צו ווערן אפגעשיקט צו די פילע באשטעלונגען.
 
לכבוד פורים האט זיך דער קרן הדפסה אנגעסטאקט מיט א גרויסע קוואנטום פון ספרים אויף פורים, וואס בלאזט אריין א חיות אין אידישע קינדער ווען עס קומט דער יום טוב פורים. דער סמ"ך מ"ם האט פיינט אידישע קינדער, און ווען עס קומט פורים, דער פרייליכער טאג, מאכט ער זיכער אריינצוברענגען אין אידישע קינדער נערוון, עצבות און מרה שחורה, ער לייגט אריין אין קאפ דאס וואס עמלק האט געוואלט מיר זאלן טראכטן "היש ה' בקרבינו", דער אויבערשטער דארף מיך טאקע? אויף דעם קומען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים וואס רעדן מיט א שפראך צו אונז און שרייט "ומרדכי לא יכרה ולא ישתחוה" מיר וועלן צוריק לויפן צום אויבערשטן, רעדן צו אים און האפן צו אים, וואס דאס וועט אונז ראטעווען.
 
אויפן וועבסייט קען מען טרעפן פילע פורים אייטעמס, צווישן זיי הפצה קארטל אויף פורים, א פרייליכן פורים, שמחת פורים, פורים שמח, און מגילת אסתר עם פריש גנזי המלך און ליקוטי תפלות לזמני השנה.
 
יעצט ווען דער ערב פורים קומט שוין צו אן ענדע, איז שוין דער קרן הדפסה אקטיוו אין פולן שוואונג אויפן קומענדיגן פסח סעזאן, זיך אנצוגרייטן מיט די פילע הערליכע קונטרסים און ספרים.
 
ולא יכלמו לנצח כל החוסים בך