ערגסטע פייער אין היסטאריע פון לאס אנדזשעלעס
ט טבת תשפ"ה 📝
אין א רייכע געגענט אין שטאט לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע וואס הייסט "פאסיפיק פאליסיידס" האט נעכטן אויסגעבראכן א שרעקליכע פייער, דער פייער האט זיך אנגעהויבן נעכטן דינסטאג, און ביז היינט האט עס שוין פארניכטעט בערך 16,000 סקווער עיקערס, און טראץ די שטארקע באמיאונגען פון די עמוירזשענסי באאמטע, איז דער פייער דעווייל זירא פראצענט אונטער קאנטראל.
די שטאט האט אריינגעשיקט אינעם געגענט בערך פופצן הונדערט פייערלייט, זיבן לעשער העליקאפטער, איבער צוויי הונדערט פייער טראקס, און נאך פילע מאשינען און עקוויפמענט.
צוליב די גרויסע סכנה זענען יעצט כמעט פערציג טויזענט מענטשן אונטער באלדיגע עוועקיאציע באפעלן. אויפן מינוט זענען שוין באשטעטיג געווארן צוויי מענטשן אומגעקומען אין רעזולטאט פון די פייערן, איבער טויזענט הייזער דערווייל פארברענט געווארן, און אסאך פארוואונדעטע, טייל שווער.
מען קען אויסנוצן פייער אויף גוטע זאכן, און פייער קען ווערן אויסגענוצט צו חרוב מאכן. אין יענעם געגענט זענען אויך דא אידן, און אפילו שולן. מען האט ב"ה ארויסגענומען די ספרי תורה פון די שולן אין פאל די פייערן קומען חלילה אן אהין. דערווייל האט מען געזען א שטארקע השגחה פרטית, ווען די פייער האבן זיך אוועקגעדרייט פון איינע פון די שולן ווען עס איז געקומען נאנט אהין. דער אויבערשטער זאל האלטן זיין רעכטע האנט ווייטער. דאס ווייזט אונז די כח פון פייער, מיר שטייען יעצט ערב דעם יארצייט פון הייליגן רבי נתן זי"ע, דער פיאניר פון הפצה, דא קען מען זען די כח פון הפצה, מיר דארפן פארשפרייטן דעם פייער די ליכטיגקייט פון הייליגן רבי'ן. מען צינדט אן איין ליכטעלע, נאך א ליכטעלע, דער סמ"ך מ"ם פרובירט צו צעברעכן די מפיצים און מאכט זיי טראכטן אז זיי טוען גארנישט אויף. אבער עס איז נישט אזוי, דער פייער קען זיין אויף די גוטע וועג, דער וואס האט געגעבן דעם ספר פאר מוהרא"ש'ס טאטע אדער פאר'ן ראש ישיבה האט נישט גע'חלומ'ט וואס פאר א פייער ער צינדט דערמיט אונטער, דער פייער וואס דער הייליגער רבי האט אנגעצינדן פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק פלאקערט און ברענט, און קיין שום וואסער קען עס נישט אויסלעשן.
די רויך פון די פייער פארשפרייט זיך איבער גאנץ לאס אנדשעלעס און שטערט ממש די שיין פון די זון. דער עיקר שוועריקייט פארוואס זיי קענען זיך נישט אן עצה געבן איז די גאר שטארקע ווינטן וואס פיטערן כסדר פרישע אקסיגען פאר די פייערן, און ווארפן אריבער ברענעדיגע ברוכווארג פון איין הויז צום אנדערן.
זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן נאר פארכאפט ווערן אין גוטע פייערן און קיין שום איד זאל נישט האבן קיין שום שאדן.