ערב שבת קודש 10:20 אינדערפרי האבן מיליאנען מענטשן אין די סטעיטס פון ניו יארק און נוי דזשערסי אריינגערעכענט אין אלע געגענטער ווי היימישע אידן וואוינען, פון לעיקוואוד ניו דזשערסי ביז צו די קעטסלקילס אין ניו יארק, געשפירט א שטארקע טרייסל פאר בערך צוואנציג סעקונדעס. מענטשן האבן זיך געוואונדערט וואס די טרייסלענישן מיינען, אבער עס איז באשטעטיגט געווארן אז די געגענט איז באטראפן געווארן פון א מילדע ערד ציטערניש, געמאסטן 4.8 אויפן ריכטער וואג.
 
ווען די ציטערניש איז אין די געגענט צווישן 4 און 5 אויפן ריכטער וואג ווערט עס גערעכעט ווי א מידלע ערד ציטערניש. יעדן טאג פאסירן טויזנעטער פיצעלע עדר ציטערנישן וואס נאר סאפיסטיקירטע מאשינען כאפן אויף, אויך פאסירן טויזנטע לייכטע ערד ציטערנישן וואס כמעט קיינער כאפט נישט אויף, אבער מילדע ערד ציטערנישן זענען נישט קיין טעגליכע ערשיינונג אין די געגענט פון ניו יארק, דאס זענען ערד ציטערנישן וואס רוב מענטשן וועלכע געפונען זיך אינעווייניג אין הייזער שפירן, אבער רוב מענטשן אין גאס וועלן נישט אויפכאפן.
 
פאריגע וואך האט דער אויבערשטער געשיקט א גאר שטארקע ערד ציטערניש אויף טייוואן, אלעס וואס פאסירט אויף דער וועלט איז נאר אויפצואוועקן אונז אידישע קינדער, און ווי עס זעט אויס האט דער אויבערשטער מיט זיין גרויסע חסד געוואלט אויפוועקן מיר זאלן כאפן באצייטענס אז מען מיינט אונז, האט דער אויבערשטער געשיקט נאך א פריינטליכע דערמאנונג אין די פארעם פון א מילדע ערד ציטערניש וואס האט נישט געמאכט קיין שאדענס, אבער האט אלעמען אויפגעשאקעלט.
 
עס איז באקאנט די משל פון דעם מענטש וואס איז געווען פארשפארט אויפן דאך פון א וואלקן קראצער אין שטאט, און האט געוואלט מען זאל אים באמערקן מען זאל אים קומען ראטעווען, האט ער געווארפן קענדיס, דערנאך קוואדערס, דאלערס און הונדערטערס פון אויבן, אז מענטשן זאלן באמערקן ווער עס ווארפט עס, אבער די דורכגייער האבן בלויז גענומען די שיינע מתנות פון הימל און זיך בכלל נישט וויסנדיג געמאכט. בלית ברירה האט ער גענומען ביר פלעשלעך וואס זענען דארט געליגן און אנגעויבן ווארפן איינע נאך די אנדערע אויף די דורכגייער, און הפלא ופלא עס איז געווארן א ויצעקו און ביז עטליכע סעקונדעס האבן זיך שוין געפונען פאליציי אויבן אויפן דאך מיט די רעוואלווערס אויסגעשטרעקט "ביסט א מזיק אן אזכר, ווארפן גלאז אינעם רשות הרבים", האט דער מענטש זיי געפרעגט, "ווען איך האב געווארפן קענדיס און געלט, וואו זענט עטס געווען? ווען ענק וואלטן מיר באמערקט און געקוקט צו מיר דעמאלטס וואלטן ענק נישט געדארפט ליידן".
 
דער אויבערשטער געבט אונז אזא גוטע לעבן, און מיר נעמען אלעס פאר גרענטעד. עס קומט זיך אונז פרנסה, געזונט, קינדער, א הויז, און אזוי ווייטער, מיר קאמפלעינען א גאנצן צייט, עס פעלט אונז דאס און יענץ. דער אויבערשטער וויל מיר זאלן אים טרעפן דורך זיינע חסדים, ער וויל אונז נישט דערשרעקן, און זיכער נישט חלילה שטראפן. יעצט ווען מיר האבן געהערט זיך ערד ציטערניש אין ווייטן טייוואן, און דערנאך די מילדע ערד ציטערניש דא ביי אונז, איז די צייט מיר אנהייבן דאנקען און אנערעקענען דעם אויבערשטן וואס איז דא מיט אונז און געבט אונז נאך אן אטעם, נאך א טאג, מיר קענען לייגן תפילין, רעדן א ווארט צו אים. אז מיר וועלן קוקן צו אים ווען ער ווארפט אונז צוקערלעך, וועלן מיר נישט דארפן ליידן.