אין א שאקירנדע אורטייל האט די העכסטע געריכט אין די ציוניסטישע ערכאות היינט ארויסגעגעבן א פסק אז אזוי ווי זיי האבן נישט יעצט קיין שום געזעץ וואס פטר'ט ישיבה בחורים פון דארפן גיין דינען אין זייער מיליטער, דארף די צה"ל אנהייבן געצווינגענע רעקרוטירונג פאר אלע בירגער פון די מדינה ווען זיי גרייכן אכצן יאר, אפגעזען צי זיי זענען תלמידי ישיבה אדער נישט.
 
די ציוניסטישע מדינה וואס שטייט אויף די גרונדן פון "כחי ועוצם ידי", האט נישט געהאט קיין איין רואיגע טאג זינט איר גרינדונג, די גאנצע צוגעזאגטע גליק וואס וועט קומען אויפן אידישן פאלק איז צופאלן ווי א זייפן בלאז, זיי האבן פארשפראכן אויב מען וועט בלויז "זיך נעמען אין די הענט אריין" און איינפירן ככל הגוים בית ישראל, אראפווארפן פון זיך די עול פון אויבערשטן, און ווערן א פאלק ווי אלע פעלקער, דאן וועלן זיך אויפהערן די רדיפות קעגן אידישע קינדער, די אנטיסעמיטן וועלן פארשוואונדן ווערן פאר שרעק פון די מעכטיגע מיליטער און שפיאנאדזש מעגליכקייטן פון די אידישע מדינה.
 
ווער עס קוקט מיט א רעאליסטישע בליק זעט ווי די אלע חלומות זענען געווען א שיינע דמיון, אידן וואס זענען נעבעך אראפ געפאלן און דער סמ"ך מ"ם האט זיי פארכאפט אין זיין נעץ, און זיי גענוצט אלץ שלוחים אראפ צו פירן גאנצעטע שיכטן פון כלל ישראל פון די הייליגע אמונה, און איינפירן א חינוך נעץ אן קיין שייכות מיט'ן אויבערשטן און זיין הייליגע תורה, אויף וואס די הייליגע צדיקים האבן געבליטיגט דאס הארץ, וויסענדיג אז מיליאנען אידישע קינדער גייען יעדן טאג אין זייערע פאבליק שולעס, און ווייסן אפילו נישט פון קיין "שמע ישראל" ר"ל.
 
און ווי חז"ל זאגן אונז שוין, איז די שנאת עם הארץ לתלמוד חכם אזוי שטארק, אז דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, איידער ער האט זוכה געווען צו לערנען תורה, האט ער געטראכט צו זיך "הלואי קען איך נעמען א תלמוד חכם און איך וועל אים צורייסן ווי אן אייזל". דאס האט צוגעפירט אז די מיליאנען פרייע אין ארץ ישראל וואס זענען נעבעך כתינוק שנשבה רח"ל פלאצן פאר קנאה יעדן טאג, ווען זיי זעען ווי ערליכע אידן זענען פרייליך, מען זעט אויף זייער פנים ווי זיי האבן סיפוק פונעם טאג, זיי שפירן א קרבת אלקים, בשעת זיי דארפן פארברענען זייערע קינדער אלס קרבנות אויפן מזבח פון די עבודה זרה הציונות.
 
באמת שטעלט זיך א הארבע פראגע, צי וואס דארפן זיי האבן די ישיבה בחורים אין זייער מיליטער געצווינגענערהייט? אן ערליכער בחור וואס איז אריינגעצוויגען מיט קייטן וועט זיי נאר מאכן פראבלעמען, דער בחור וועט נישט וועלן עסן נאר מיט'ן בעסטן הכשר, ער וועט זיך שלאגן נישט אריינצוגיין אין א צימער מיט טעלעוויזע, דא וועט זיין שבת, און דא דארף ער נעגל וואסער, ער וועט זיי מאכן אזויפיל קאפ וויי אז עס לוינט נישט די גאנצע זאך. נאר דער אמת איז אז זיי צילן דא עפעס אנדערש, דער סמ"ך מ"ם רעדט זיי איין אז זיי קענען שוין קיין ערליכע אידן נישט זיין, ווילן זיי כאטש מיטשלעפן די אנדערע אידן זאל אויך זיין ווי זיי, און אזוי האפן זיי וועלן זיי נישט דארפן זיך פילן שולדיג יעדעס מאל זיי זעען ערליכע אידן מיט לעכטיגע פנימ'ער שפאנען אין שול ערב שבת קודש. זייער מיליטער האבן זיי אויסגעשטעלט אראפ צו ברענגען מאראליש יעדן וואס טרעט איבער זייער שוועל, זיי מאכן זיכער צו שטעלן פריצות איבעראל, און מאכן ליצנות פון יעדע דבר שבקדושה, מיט'ן ציל מכשיל צו זיין ערליכע ריינע בחורים און זיי אראפ ווארפן אין שאול תחתית, וואס אן די חיזוק פון א צדיק קען מען זייער שנעל ווערן מיואש.
 
דערפאר דארפן מיר אין די טעג מתפלל זיין אז דער אויבערשטער זאל אונז אפהיטן פון אלע נסיונות, און כלל ישראל זאל אויך קענען איבערקומען דעם גלות אין די אזוי גערופענע אידישע מדינה, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו ווערן אויסגעלייזט דורך משיח צדקינו בב"א.