ערליכע אידן זענען זיך מחזק מיט די מצוה פון מעביר סדרה זיין יעדע וואך
יב טבת תשפ"ה 📝
עס איז באקאנט דער ראשי תיבות וואס דער לבוש שרייבט: "שמות" איז ראשי תיבות "ו'חייב א'דם ל'ומר ה'פרשה ש'נים מ'קרא ו'אחד ת'רגום." אין אלע חדרים און ישיבות איז מען שטענדיג מעורר די תלמידים אין פרשת שמות איבער די מצוה צו מעביר סדרה זיין די פרשה יעדע וואך, דהיינו דורכזאגן די פרשה צוויי מאל און איין מאל די תרגום. די גמרא אין ברכות (דף ח) זאגט "אמר רב הונא בר יהודה אמר רבי אמי: לעולם ישלים אדם פרשיותיו עם הציבור שנים מקרא ואחד תרגום... שכל המשלים פרשיותיו עם הציבור מאריכין לו ימיו ושנותיו", א מענטש איז מחיוב צו ענדיגן דורכזאגן די סדרה אינאיינעם מיט'ן ציבור צוויי מאל די חומש, און איין מאל די תרגום, ווייל דער וואס איז מעביר סדרה איז זוכה צו א לאנגע לעבן". דער בעל הטורים זאגט אן ענליכן רמז אויף די פסוק "ואלא שמות בני ישראל" אז דאס איז ראשי תיבות "ו'אדם א'שר ל'ומד ה'סדר ש'נים מ'קרא ו'אחד ת'רגום ב'קול נ'עים י'שיר י'חיה ש'נים ר'בות א'רוכים ל'עולם".
אזוי ווערט אויך געפ'סקענט אין שלחן עורך (אורח חיים סימן רפ"ה) אז יעדער איד איז מחיוב מעביר סדרה צו זיין די סדרה אין יענע וואך. כאטש עס ווערט געברענגט א מנהג על פי קבלה צו מעביר סדרה צו זיין פרייטאג, ווערט גע'פסק'ענט אין שולחן עורך (שם) אז "עם הציבור" מיינט פון זונטאג, און אסאך גדולי ישראל אריינגערעכענט דער גר"א און דער בעל התניא האבן זיך אזוי געפירט למעשה. מוהרא"ש פלעגט כסדר דערמאנען דעם חיוב פון מעביר סדרה זיין יעדע וואך, און געזאגט אז א וואך וואס א מענטש איז נישט מעביר סדרה וועט ער האבן א שאדן, און אז דאס איז די בעסטע סגולה צו אריכת ימים, און אנשטאט מאכן לייף אינשורענס און זיך פארלאזן אויף מענטשן וואס קענען דיר ממילא נישט העלפן זאל מען טון די סגולה פון חז"ל וואס איז קראנט און קלאר.
ווען א איד שטעלט זיך אויס זיינע שיעורים וואס ער זאל לערנען - פלעגט מוהרא"ש זאגן - דארף די ערשטע זאך זיין חומש, פאלגן דעם שולחן ערוך, און "לעבן מיט די צייט" און יעדן טאג נאך שחרית זאל מען זיך מאכן א קביעות אז מען לערנט אביסל חומש מיט תרגום, זונטאג זאל מען לערנען ביז שני, מאנטאג ביז שלישי. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז מען מעג יעדן טאג גנב'ענען אפאר פסוקים פון די קומענדיגן טאג, אזוי אז אויף פרייטאג ווען מענטשן זענען געווענליך מער פארנומען זאל נישט בלייבן מער פון עטליכע פסוקים.
דער הייליגער צדיק רבי מרדכי'לע נודבורנער האט געזאגט פאר'ן הייליגן סאטמארן רבי'ן זי"ע אז אויב מען לערנט נישט קיין חומש מיט רש"י "ווייסט מען נישט וואו דער רבונו של עולם וואוינט", דער שולחן ערוך פסק'ענט טאקע (שם) אז א "ירא שמים" זאל אויך צולייגן רש"י ווען מען איז מעביר סדרא, און צדיקים פלעגן זאגן, אויב דער יצר הרע קומט מיר צוברעכן "דו האסט נישט וואס צו מעביר סדרה זיין מיט רש"י, דו ביסט נישט קיין ירא שמים", פלעגן זיי זאגן אז פשט איז אז לערנען חומש מיט רש"י איז א סגולה צו יראת שמים, און דערפאר איז כדאי ווער עס קען זאל צולייגן רש"י.
נאך חומש, תרגום און רש"י איז די ערשטע לימוד משניות, ווי דער באר היטב שרייבט אין שו"ע או"ח סימן א', סעיף ו', "וכתב האר"י ז"ל: ושיעור משניות קודם לכל דבר ועל ידי זה זוכה לנשמה, כי "משנה" אותיות "נשמה"" אז דער ערשטער שיעור דארף זיין אין משניות, און דורכדעם באקומט מען א נייע נשמה, ווייל משנה איז אותיות נשמה, אזוי ווערט אויך געפסקענט אין קיצור שלחן ערוך (סימן א' סעיף ה') אין משנה ברורה (סימן א' סיעף ט') און אין כף החיים (סימן א', סעיף י"ט).
אנשי שלומינו זענען זייער פרייליך אז זיי האבן זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן ערשטן חומש בראשית, און דורכדעם וואס זיי האבן געפאלגט דעם צדיק און אנגענומען זיינע ווערטער בתמימות ובפשיטות, זענען זיי נישט געווען "חוזק חוזק ונתחוזק" נאר האבן אויסגעשריגן די ווערטער "חזק חזק ונתחזק" מיט א גרויסע שמחה.