אין שטעטל גרייט מען זיך מיט גרויס עקסטאז צום גרויסן טאג ל"ג בעומר, ווען דער ראש ישיבה שליט"א וועט צום ערשטן מאל פראווען דעם הייליגן טאג אינאיינעם מיט אנשי שלומינו אין שטעטל. דאס איז אנדערש ווי אין די פארגאנגענע יארן, ווען דער ראש ישיבה שליט"א פלעגט פארן קיין מירון צו וויילן דעם שיינעם יום טוב אין עיר הקודש מירון ביים הייליגן ציון פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, בצל הקודש פון זיין גרויסן טאטן כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א.
 
מיט עטליכע וואכן צוריק האט דער ראש ישיבה געמאלדן אז היי יאר פלאנט ער צו בלייבן דא און פארברענגען מיט אנשי שלומינו, וואו מען וועט אפרעכטן דעם טאג מיט גרויס שמחה און התעוררות. ער וויל אויסנוצן די געלעגנהייט אנוצווארימען אידישע קינדער צו גיין אין די וועגן פונעם הייליגן תנא, בפרט דורך לערנען תורת רבי שמעון בר יוחאי, און מאכן אן אויפוואכונג אז מען זאל זיך קובע זיין שיעורים אין זוהר הקדוש און אין די תיקונים. מען קען זיך נישט פארשטעלן די גרויסקייט און הייליגקייט פון די ווערטער וואס דער הייליגער תנא האט אונז איבערגעלאזט; אפילו בלויז צו זאגן די ווערטער איז מקדש און מטהר א מענטש, און עס איז מסוגל צו באהעפטן א אידיש קינד צום אויבערשטן.
 
וויבאלד דער ראש ישיבה שליט"א וועט דא וויילן, וועט מען פראווען א גרויסע מעמד הדלקה אינעם שטעטל. אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה וועט מען עס מאכן דינסטאג נאכמיטאג, כדי די קינדער - וואס זענען דאס טייערסטע וואס מיר פארמאגן - זאלן אויך קענען מיטהאלטן און מיטנעמען מיט זיך אויפן גאנצן לעבן דעם געשמאק און זיסקייט פון תורה און אידישקייט.
 
אזוי ווי עס ווערט ערווארטעט א גאר גרויסער ציבור און דער מעמד ההדלקה וועט פארקומען ביים פארקינג לאט, האט מען מסדר געווען מיט די פאליציי אפצושפארן דעם גאנצן פארקער אויף האשקי רד. כדי עס זאל זיין ארדענונג און אלע זאלן קענען מיטהאלטן. עס וועט זיין א באגרעניצטע צאל VIP פארקינג ערטער פאר די ספאנסערס פונעם מעמד; ווער עס וויל באקומען א פארקינג אדער קויפן זכותים קען זיך מעלדן צום משמש ר' ישראל פוקס אויף 845-720-2560.
 
מיט די הילף פונעם אויבערשטן וועט די הדלקה אינעם חצר פון בית המדרש זיך אנהייבן אום 5:30 נאכמיטאג. וויבאלד עס וועט נישט זיין קיין פארקינג פארן אלגעמיינעם ציבור ביים בית המדרש, וועט ארויסגיין א באס אום 5:15 אפצונעמען דעם עולם צום מעמד פון "לעמאנעיד סופערמארקעט", פונעם "בית התבשיל", און פון ירושלים גאס. אזוי אויך וועט במשך דעם מעמד זיין א שאטל באס פונעם באזאר צום הדלקה און צוריק. נאכן מעמד וועלן זיין באסעס צוריקצופירן דעם עולם צו די דריי אויבנדערמאנטע סטאנציעס: לעמאנעיד סופערמארקעט, בית התבשיל און ירושלים גאס.