ערשטע באנד פון ספר אשר היה אל יואל ווערט געדרוקט
ט כסלו תשפ"ד 📝
נאכדעם וואס עס איז שוין דורך כמעט א יאר פון וואס דער הערליכער גליון אשר היה אל יואל האט אנגעהויבן צו ערשיינען, האט דער בית הדפוס געמאלדן אז זיי זענען יעצט אינעם פראסעס פון דרוקן די ערשטע באנד אלץ א באזונדערע ספר.
די ספרים און קונטרסים "אשר היה אל יואל" באשטייט פון די די דברות קודש וואס דער ראש ישיבה שליט"א לאזט הערן וועכענטליך ביי שלש סעודת, קלאר און הערליך אראפגעשריבן. אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע האבן נישט די זכיה צו הערן די שיינע געשמאקע ווערטער פון שלש סעודות פון ראש ישיבה שליט"א ערשט האנטיג האבן דורך דעם די געלעגענהייט צו לערנען די הייליגע ווערטער פונעם ספר.
די שלש סעודות תורה פון ראש ישיבה שליט"א וואשט אויס אידישע קינדער צום אויבערשטן, מען קומט ארויס א פרישע מענטש פעסט באשלאסן אז איך הייב אן פון פריש, זאל זיין וואס זאל זיין, דער אויבערשטער האט מיר ליב, און ווארט אויף מיר ווי א טאטע צו זיינע פארלוירענע קינדער. די תורות פון ראש ישיבה צייכענען זיך אויס מיט עצות און חיזוק אויף למעשה, זאכן וואס מען קען תיכף אפלייען צום טאג טעגליכן לעבן, און מיט דעם ווערן נאנטערן צום אויבערשטן. ווי באקאנט איז געווען דעם רבינ'ס סדר ביי די הייליגע תורות און שמועסן, אז ווען דער רבי רעדט פון א פראבלעם, וועט ער אלץ זאגן די עצה וואס מען קען טון דערצו, און די ראש ישיבה שליט"א לערט אלץ פאר ביי שלש סעודות א תורה אדער א שיחה פון הייליגן רבי'ן און ווייזט אן וויאוזי מען קען ארויסנעמען דערפון עצות צו עבודת ה'.
דער ספר ווערט ארויסגעגעבן דורכן קרן הדפסה, וועלכע לייגט אריין גאר גרויסע כחות אז דער ספר זאל ארויסקומען שיין און בא'טעמ'ט, און ווי זיי געבן אונז איבער גייט עס בעז"ה גיין צום דרוק בערך אין א חודש פון יעצט.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אויף דעם ספר אז די זעלבע הבטחה וואס מוהרא"ש האט געגעבן אז מען וועט זען זיכערע ישועות אויב מען דרוקט "אשר בנחל" גייט אויך אן ביי "עצתו אמונה" און דער ראש ישיבה שליט"א האט צוגעלייגט אז דאס איז אויך ביי "אשר היה אל יואל". די וואס ווילן קויפן א זכות אין דעם ספר פאר $500 אדער דער וואס וויל אפקויפן די זכות פון די מהודרה פאר פינף טויזענט דאלער קען זיך ווענדן צום געטרייען גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449.